בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשו' אלול תשפ"ה8/30/2025

באריכט
מוצאי שב''ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום התחלת כתיבת ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' לכבודו ולזכותו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה א לענגערע צייט.

הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - פטרון המעמד, האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פעדער און דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דבק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך' און געטייטשט אז דורך חביבות התורה קען מען זוכה זיין צו תשובה אליינס און עס פעלט נישט אויס קיין יסורים וויבאלד די תורה הק' איז מלמד זכות ביים רבש"ע אויף כלל ישראל, און ארויסגעברענגט די הרגשים פון אזא געהויבענער שבת וואס די קלימאקס איז א התחלת כתיבת ס''ת וואס ווייזט אויף חביבות התורה, און מאריך בשבח הקהילה והמוסדות מיט וואס מען מעג שטאלצירן, און מיטן חשוב'ע רב שליט"א וואס איז פקיע שמיה אין גאנץ מאנסי און נאך סאך ווייטער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט לכבוד התורה, דערנאך זענען אלע אנשי שלומינו אריבער וואונטשן א גוטע וואך און אפגענומען פון רבינ'ס טיש דבש חי געבענטשט דורך רבינו שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 12:30 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 545