בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' אלול תשפ"ה8/31/2025

באריכט
זונטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים יעקב מרדכי זילבערשטיין הי"ו.
- ב"ר אברהם דוד לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר אליעזר זוסמאן סופר הי"ו.
- ב"ר יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 4:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי, ווי עס איז פארגעקומען בבית מדרשינו'ד הגדול די יערליכע זמני כניסה לקראת די ימי הרחמים והרצון, ווי עס זענען אריין בקו''פ הונדערטער אנ''ש זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:00 נאכמיטאג ביז אום 1:00 אויפדערנאכט.

ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכלי הפאליש, בעל תפילה: הב' משה ני"ו בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל. און נאך מנחה האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 12:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' בערל ראזענפעלד הי"ו. נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה ביז אום 1:00, ווען דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️