בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' אלול תשפ"ה9/3/2025

באריכט
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר ישראל אפרים פישל כ"ץ הי"ו.
- ב"ר מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.
- ב"ר הערש לייב פישער הי"ו.
- ב"ר בנציון מעזעי הי"ו.
-ב"ר שמעון שמעי' פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דאן זענען אלע תלמידי הישיבה אריין בקודש פנימה ווי די בחורים זענען אריבער בפו"פ לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, ולרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע דעם קומענדיגן זונטאג כי תבא, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער און פארטיילט שליח מצוה געלט.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן שיעור האבן זיך די בחורים מפלפל געווען מיט רבין אין די סוגיא, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 4:30 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שלום יודא קליין ע"ה.

זמני כניסה איז געווען פון 4:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א - גאב"ד קרית רמ"א בית שמש, וחבר הביד"צ עדה החרדית בעיה"ק ת"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן ביינאכט י' אלול, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערביי אנגעוואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הר"ר יחזקאל דוד זינגער שליט"א ר"מ בישיבתינו הק אהבת התורה אין וומסב"ג מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, ולברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס פון הייליגן עצי חיים זיע"א, און דער רבי האט מאציל געווען נברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבה קטנה סניפי מבצר התורה און אהבת התורה וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל, דער רבי האט פארטיילט פאר די בחורים ספרו לב אהרן - אבות און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30 און מעריב ארום 10:30 בביתו נאוה קודש, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 611