בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ט אלול תשפ"ה9/12/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"א שטיינבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוסף ישראל זעגלבוים הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק מאיר בר"ח פארקאש הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור און די בעלי ברית'ן בחדרו הפרטי.

אויך איז פארגעקומען אן אסיפה בחדרו הפרטי מיט די מנהלי המתיבתא ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים בנוגע די קומענדיגע שנת הלימודים הבעל"ט, און דערביי האט דער רבי קובע געווען אז מען וועט אי"ה לערנען מסכת בבא בתרא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 678