Tuesday, Parshas Nitzavim — Third Selichos, 'B'tzeil HaKodesh' with the Satmar Rebbe shlit"a
At the early morning hour of 5:45, the Rebbe shlit"a entered the great beis medrash for the recitation of Selichos. The baal tefillah was HaGaon Rabbi Aryeh Dov Kornbluh shlit"a, rosh yeshiva of the fourth grade. They concluded at around 6:20, and the Rebbe went home to his holy residence.
At around 9:45 the Rebbe arrived at the great beis medrash for Shacharis. Before davening, the Rebbe put tefillin on the bar mitzvah bochurim: - The bochur Shmuel Zanvil Wertheimer. - The bochur Avrohom Yosef Stessel. - The bochur Yoel Scheer. After davening the Rebbe blew the shofar and recited fifteen chapters of Tehillim as is customary. Afterwards a lechayim was held with the bar mitzvah bochurim in the Rebbe's private room.
In the afternoon the Rebbe traveled to Williamsburg for the weekly entry times. Immediately upon arrival, the Rebbe first went up to the home of R' Shlomo Yaakov Lieberman, where the writing of the letters took place for the Sefer Torah being written by R' Shlomo Yaakov, which was brought into our great beis medrash in Williamsburg this evening. The Rebbe wrote several letters and drank lechayim, and warmly blessed R' Shlomo Yaakov, his son R' Menachem, and all the members of the family.
Entry times were from 5:00 until 11:30 at night at the Rebbe's holy residence on Hooper St. The Rebbe davened Mincha at around 7:40 and Maariv at around 10:40, and continued to receive the public.
▫️ Satmar News 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת נצבים - ג' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש ישיבת שיעור ד'. מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו. - ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו. - ב"ר יואל ברש"ה שעהר הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. תיכף ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו און איז געווארן אריינגעגעבן היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו פאר בנו הרה"ח ר' מנחם הי"ו און אלע בני המשפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 10:40, און האט ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.