מיטוואך פרשת נצבים - ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקא אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער ה"יו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב גאנדל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א, בן האדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. - ב"ר עזריאל יאקאבאוויטש הי"ו. - ב"ר חיים דוד ניישטאדט הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: - הרה"ח ר' יעקב ברח"מ שטויבער הי"ו און הרה"ח ר' דוד יצחק קליין הי"ו. - הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א.