דאנערשטאג נצבים - ה' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א העסקן הגדול הרב שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס, ר' שמעון הי"ו שטייענדיג אין ציוני'סטישער בית משפט מזכיר געווען דריי שווערע קעיסעס פון ארעסטירטע אויף וועמען די מדינה פארלייגט זיך מיט שטארקע כוחות זיי צו האלטן אין טורמע, וואס איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער זייער שיקזאל, און דערביי אויך דערציילט די ביטערע מצב הגזירה ווי עס זענען שוין ארעסטירט געווארן די וואך אליינס אריבער 100 בחורים וועלכע האבן זיך נישט געשטעלט צום טריפה'נעם מיליטער, דער רבי איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט אלע פרטים פון די פארצווייגטע מערכה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו מען זאל מצליח זיין מיט די פארשידענע אופנים צו באפרייען די אסירי ישראל, און שטארק מחזק געווען מען זאל ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש ביז די גזירה וועט בעז"ה אינגאנצן בטל ווערן.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בקו''פ מיט די רבני ועד לטהרינו דקהילתינו הק' אינאיינעם מיט די איינגעשטעלטע פון "גדר" ווי מען איז איבערגעגאנגען די לעצטערע אנטוויקלונגען אין די פעלד פון טעכנאלאגישע כלים, און רבינו שליט"א האט געגעבן הוראת קדשו, און אנגעוואונטשן די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען טהרתן של ישראל.
ארום 10:10 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. הרה"ח ר' אברהם שמעון רייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 12:00 אזייגער.
פרייטאג ערש''ק נצבים ו' סליחות
באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפלה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה עטליכע תלמידי הישיבה חברי וועד מעתיקי שמיעה פון הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האבן איבערגעגבן ספרו החדש אמירה נעימה ב"כ דרשות, איידער ס'גייט אריין אין דרוק לקראת די חתונה פון נכדתו הכלה, נכדת דור רביעי הבכירה פון רבינו שליט"א, וואס וועט פארקומען בשעטומ"צ דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט, דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו און זייער עבודת הקודש.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון נכדו הילד כמר יצחק ני"ו בן בנו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאכמיטאג ארום 5:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יחיאל נפתלי באב''ד שליט''א (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכן ברית האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער טעלעפאניש פאר אביו הרב הגאון ר' מרדכי שליט''א ראב''ד מכון להוראה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
