יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דעם ערשטן טאג יו''ט אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בינו לבין קונו בלב קרוע ומרתח ובקש רחמים כעני בפתח, מיט בכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד וואס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים. דער רבי האט געזאגט 'וכרות' פסוק בפסוק. שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען מכובד געווארן.
- הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' זעליג אינדיג הי"ו.
- הרה"ח ר' שלום יודא קליין הי"ו.
- הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
- הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן. הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א מאיהעל ב"פ.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט די קריאה בבכיות ובהתעוררות רב. עליות:
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו.
- ר' אהרן ב"ר יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו.
- ר' יואל ב"ר יושע שמאיע הי"ו.
- ר' חיים שמעון גלויבער הי"ו.
- הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו (ב"פ).
- גלילה: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:10.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
אום 1:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה און אנגעהויבן די פייערדיגע 'תקיעת שופר דרשה' אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז בזמן שביהמ''ק היה קיים האט מען זוכה געווען צו הכנעה און התבטלות במקום הקודש, דורכן קול שופר ווערט מען גערייניגט מען זאל קענען צוקומען צו דעים אויך היינטיגע צייטן.
נאך א בחינה. ראש השנה דארפן אידן צוקומען צו הילף פון די פריערדיגע צדיקים זיך צו קענען מטהר זיין, ביי תקיעות שופר ווערט נתעורר דער זכות פון יעקב אבינו דורך דעם האט מען דעם כח תשובה צו טוהן כראוי. און מסיים געווען מיט א רמז 'בגלל אבות תושיע בנים' 'תושיע' איז בגי' תשפ"ו, מען האפט און מען איז מתפלל אז די אבות הק' זאלן אונז תושיע זיין און מען זאל בקרוב זוכה זיין צו ישועתן של ישראל מיט די גאולה השלימה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף די בימה.
די ספרי תורה האבן געהאלטן:
- הרה"ח ר' שלום יצחק דאסקאל הי"ו (בני ברק).
- הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש בערך אום 2:10.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה.
גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, ובקול חוצב ובלב שופך כמים, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
- הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
- הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו זענען מכובד געווארן אויפצוהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 5:30, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה, פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 6:00.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן נוסח 'באין מליץ יושר מול מגיד פשע' און געטייטשט אז דורך אמונה האט א איד חיות און ווערט נישט נדחה, און דערציילט עטליכע סיפורים אויף ראש השנה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
