בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ"ו תשרי תשפ"ו10/18/2025

באריכט
מוצאי שב"ק, ליל אושפיזא דיוסף צדיקיא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 12:00.

דער רבי האט געזאגט דעם סדר האושפיזין, און זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה, מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט זיי פארטיילט שיריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
- הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר מאנסי.
- הרה"ג ר' משולם נתן שפיגל שליט"א - רב דביהמ"ד אסטראוו קאלאשין מאנסי.
- הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית חיים דוד בשכונת פרי מגדים.
- הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
- הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויוסף הוא השליט' און געטייטשט אז יוסף הצדיק האט אריינגעברענגט א כח אין יעדע איד זיך צו קענען מתגבר זיין אויף זיינע נסיונות אין יעדע מצב מען געפינט זיך נאר, און דאס דארף יעדער האלטן פאר די אויגן עד היום הזה, די זעלבע ביי מצות סוכה וואס איז משפיע קדושה זאל מען נישט טראכטן אז דאס איז נאר פאר די בני עליה נאר דאס מיינט מען יעדעם פערזענליך און יעדער שעפט ארויס א קדושה לפי מדרגתו און איז משפיע כל טוב.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

זונטאג, יום ד' דחוה"מ סוכות

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר דוד וואלף עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יוסף מרדכי אבערלענדער הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 10:20. דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט קדיש פאר הודו לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו, מאנסי.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב.
- פתיחה: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א, מאנסי.
- כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
- לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
- שלישי: הר"ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יודל ענגעל הי"ו, ב"ב.
- מוסף: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 649