בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךל' תשרי תשפ"ו10/22/2025

באריכט
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מערבית: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ קהלתינו ב''פ.

אום 9:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון רבבות אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: הרה''ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי''ו.

מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן למנצח.

מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב
בערך 9:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן עבודת קדשו מיט די ריקודין פון די געהויבענע הקפות, ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה מול הדרך בהתלהבות ורשפי אש קודש ובשמחה של מצוה, בראש קהל קדושים רוגשים, די אריבער א רבבה תלמידים וחסידים שעות ע''ג שעות בשמחת התורה, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו.

אום 10:15 האט מען געענדיגט די הקדמה און אנגעהויבן די ערשטע הקפה.
ביי די פערטע הקפה האט מען מכבד געווען די פולע געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.

ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן דעם ביהמ''ד בעוז ותעצומות איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש ביתר שאת וביתר עוז.
נאך די הקפות נאך עלינו האט דער רבי געוואונטשן במאור פניו גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 11:55.

ארום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט בהיכל השלחנות.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחת תורה ברוב שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. הגה''צ ר' יעקב מערץ שליט''א רב דביהמ''ד תפארת יחזקאל בקר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיית אך שמח' און געטייטשט אז מען דארף איבערן יאר זיך צוגרייטן אז ווען מען גייט טאנצן מיט די תורה זאל נישט די יצר הרע מיטטאנצן מיט אים נאר טוהן אלעס לשם שמים.

ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. מען האט געענדיגט 2:45.

יום שמיני עצרת

שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל ברמ"מ ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

- ברכות: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה וומסב''ג.
- פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' מאנסי, און הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטרעאל.
- פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו, וומסב''ג, און הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו, מאנסי.

עליות.
- כהן: הרה''ח ר' יודא רובין הי"ו - וומסב''ג.
- לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו, וומסב''ג.
- חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שלום ווייס הי"ו.

- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרב חיים הערש בן הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א.
- גלילה: הרב מרדכי יודא בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, וועלכע האט דערנאך געשנדר'ט ממשיך צו זיין אלס פטרון חבורת יסודי התורה אין קרית יואל אויף די צווייטע האלב ש"ס פאר די קומענדיגע צוועלעף יאר.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יקותיאל אהרן דוד ווייס הי"ו, וומסב''ג.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו, וומסב''ג.

עס איז געווען יזכור. און צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז אהערגעשטעלט געווארן די ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס און אריין אויפאיינמאל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינקומען מיטן קיטל און רבינו צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, לדוד מזמור און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.

פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' שמואל בענעדיקט הי''ו (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 3:20.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו קידוש אין די סוכה הגדולה כנהוג. דער רבי האט קידוש געמאכט און האט טועם געווען פון מזונות, נאנט, קינדל און פיש.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח פון תפילת גשם 'להחיות מזכירין גבורות הגשם' און געטייטשט אז די תפילות פון די צדיקים הקודמים האבן אויפגעטוהן לטובה עד היום הזה וואס אידישע קינדער זענען נהנה פון דעים מכל מיני ישועות.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.

דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינעם סוכה בביתו נאוה קודש מיט א אפענעם שלאק.מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן נוסח 'להחיות מזכירין גבורות הגשם' און געטייטשט אז הקב"ה גיבט חיות פאר די אומה"ע און דאס איז משפיע השפעות פון פרנסה פאר כלל ישראל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאכמיטאג ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפילה: הרה''ח ר' העניך קרויס הי''ו.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה זיך געזעגענען פון די סוכה.
מען האט געזינגען ניגוני יו''ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא כנהוג און דעם גאנצן ציבור אלפי אנ''ש, און געמאכט א ברכה אויף א עפל.

מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות און הגלה נא.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן חרוז 'הגלה נא' צום ערשט געזאגט פאר ווערטער מיט התרגשות זכרונות בצל קדשו פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א ווער עס האט אמאל געהערט ביי די דרשת הושענא רבא דינהייליגע דיבורים 'באשפער אנטפלעקט זיך פאר אונז...!' ביי דעם האט די ווערטער הגלה נא אינגאנצן אן אנדערע טייטש, און די זעלבע ווער עס האט געהערט זיין ומפני חטאינו.

'ס'ליגט אונז נאך אין די ביינער עד היום...!'.
דער רבי האט ממשיך געווען די דב''ק און געטייטשט אז די ד' מינים זענען קעגן די אברים פון דעם מענטש, מען ברענגט עס אריין אין די סוכה, עס איז משפיע פרנסה און בריאות בשלימות און עס ווערט א כבוד שמים, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאך די תורה האט מען ממשיך געווען און נאכאמאל געזינגען הגלה נא בהתעוררות רב.
רבינו שליט''א געווארפן עפל א לענגערע צייט, כמנהג רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ולמעלה בקודש מרן הדברי חיים זיע"א, און דערנאך געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים באש קודש, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות.

דער רבי איז ארויס פון די סוכה ברקודי קודש און אריין אין ביהמ''ד און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 7:55, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️