בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"א מרחשון תשפ"ו11/2/2025

באריכט
זונטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם אלי' פרידריך הי"ו.
- ב"ר יואל אלי' גליק הי"ו.
- ב"ר אייזיק הערש ברח"ש שפילמאן הי"ו.
- ב"ר דוד מנשה קרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקרית יואל וועלכע האט שוין פארגאנגענע וואך אנגעהויבן מיט די מאסיווע פראדוקציע לקראת חג הפסח הבעל"ט צו קענען נאכקומען דעם פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די גאנצע בעקעריי און דערביי געהערט א באריכט איבער די פרישע חידושים פון היי יאר פון הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה, און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם צוגעבויעטן פליגל וואס איז דאס יאר צוגעבויעט געווארן צו קענען פארברייטערן די פראדוקציע לטובת אנ''ש, און קובע געווען א מזוזה און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:10 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה אינעם מקוה טהרה החדש אין שכונת דברי חיים בקרית יואל המורחבת, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען און הידורים און דערביי געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די ראשי עסקני וועד הרחבת גבולי העיר.
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צו א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו - נדבן שטח המקוה וחבר וועד הרחבות גבולי העיר, און דערביי זיך אומגעקוקט מיט קורת רוח אויף די הרחבת גבולי הקדושה בתוככי השכונה, וואו ס'איז אויך אנוועזענד געווען אביו הגה"צ ר' ברוך לעווי שליט"א רב דביהמ"ד בנין אריאל אמסטערדאם, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים בשם די תושבי השכונה און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון מנדב זיין געלט פאר א מקוה און פארציילט עטליכע סיפורים בנוגע חשיבות פון א מקוה, קודם פונעם בעל הילולא הרה"ק המאור עינים זיע''א וועלכע האט פארקויפט זיין עולם הבא צו קענען בויען א מקוה, און דערנאך עטליכע סיפורים לבית צאנז און שינאווע, און ארויסגעברענגט לשבח פון די נדבני המקוה טהרה וואס האט אפגעקאסט אנדערהאלבן מיליאן דאלער, ובפרט פונעם נדבן השטח הרה"ח ר' הערשל הי"ו און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים און אנגעוואונטשן אז זיי זאלן אלע זוכה זיין צו עולם הבא און עולם הזה און כל מילי דמיטב.
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חזקי' צבי בוכינגער הי"ו און הרה"ח ר' יושע יצחק פירטה הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו און הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
- הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג און הרה"ח ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה האט זיך הב' גרשון ב"ר יואל פרענקל הי"ו (וומסב''ג) געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף טויזענט בלאט גמרא.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️