מיטוואך פרשת וירא
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברא"ש בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר תלמידי ישיבתינו הקדושות אין ארה''ק, ירושלים און בני ברק, לקראת הנסיעה הרוממה הבעל"ט לאתרא קדישא מירון יצ"ו.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז צו א דבר גשמיות מאכט מען א הכנה מיט גשמיות און צו א דבר רוחניות מיט רוחניות און אזוי קען מען נהנה זיין פונעם תנא רבי שמעון אויך שפעטער, און מעורר געווען נישט צו זיין פארנומען מיט קיין שטותים און קבלת פנים וכו' נאר זיך צוגרייטן מיט לימוד התורה און אזוי קענען מקבל זיין די השפעות קדושות וואס רבי שמעון בר יוחאי איז משפיע, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר חיים אלעזר טעללער שליט"א און הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל כייעם הי"ו און הרה"ח ר' יודא נתנאל מאשער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל פאשקעס הי"ו און הרה"ח ר' אברהם אהרן יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון עד היום הזה ווען אידן ווערן געהאלפן ממש חוץ לדרך הטבע, דער רבי האט געזאגט אז ערליכע אידן האבן כסדר א השתוקקות צו פארן צו רבי שמעון און מזאגט נאך פון צדיקים אז משפירט וואו רבי שמעון רופט צו קומען, און וויזוי ווייסט מען אז רבי שמעון רופט, ווען מזעהט אז מהאט א שטארקע השתוקקות צו פארן.
דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 8:55.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן און געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר יואל מאליק שליט"א און הרה"ח ר' יעקב אהרן שלמה ווייל הי"ו.
- הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה בערנאטה הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מסיקסא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
