מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית אין מבצר הכוללים לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב מערמלשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 איז דער רבי טראגע אין בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' צו די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב''ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:00, און די קינדער האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל די מסע המרומם קיין ארה"ק קומענדיגע וואך.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם זאב יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד החתונה תקנות ווי זיי האבן אויסגעשמועסט די פלענער פון די 'מכובד זאלן' צוצושטעלן די שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פלענער צו פארברייטערן און צובויען נאך א זאל מיט א קאך, און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
