פרייטאג ערש''ק תולדות - ר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די מערה פונעם תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און אנגעצינדן פינף ליכט ביים ציון הק'.
דערנאך האט רבינו שליט"א בחרדת קודש אנגעהויבן די דרשה, אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז מיטן כח פון שבת קען א צדיק פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער בלויז מיט'ן דיבור אן קיין אנדערע סגולות, ביים תנא רבי שמעון וואס איז שבתא דכולי שתא קען מען אלעמאל פועל'ן ישועות, אזוי אויך דורכן זיך געפינען במחיצות רבי שמעון קומט אויפן מענטש בחינת יראה און עס איז מעורר דאס הארץ צו תשובה שלימה, בפרט יעצט ר"ח כסלו וואס איז מעין יום כיפור קען מען אלעס מתקן זיין, און מאריך געווען בבכיות נוראות לכל העם העומדים בעזרה היום תשמע שעותינו היום תקבל ברחמים וברצון את תפילתינו כל מיני ישועות בגשמיות וברוחניות און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געענדיגט די דרשה 7:45 און אנגעהויבן אמירת כל ספר תהילים, בעל תפילה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה"כ וומסב''ג, דער רבי האט פארגעזאגט פסוק בפסוק קאפיטל כ' למנצח יענך ה' ביום צרה
און קאפיטל ק''ל שיר המעלות ממעמקים מיט די נוסח ימים נוראים.
נאך תהילים האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און אראפגעלייגט ביים ציון הק' די קוויטלעך פון די תלמידי המתיבתא און פון די תומכים פון מוסדות יטב לב און פון די שלוחי רבינו וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער פאר די רבי'נס קאסע לעניי ארץ ישראל, און אזוי אויך האט מען אראפגעלייגט אלע קוויטלעך פון אלע וואס זענען אריין בקו"פ פון חמשה עשר באב און ווייטער, מען האט געענדיגט 10:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין די מערה דרשב"י און געלייגט טו''ת, דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן אור אייניקל הבחור יוסף רוקח ני''ו בן הרה''ג ר' חיים יעקב שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
אויך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו (קר"י).
- ב"ר שלמה גאלדשטיין הי''ו (וומסב"ג).
בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יאזשעף הי''ו (בני ברק).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש.
- הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו.
- בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
ביים ליינען האבן עולה געווען.
- שלישי: נכד רבינו הבחור הבר מצוה יוסף רוקח ני"ו.
- רביעי: הב' הבר מצוה ב''ר שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו (מאנטשעסטער).
נאכן ליינען האט גומל געבענטשט ר' אליעזר גפן (קר''י), און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 12:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די בר מצוה בחורים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יואל ב''ר גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי''ו (ירושלים), און דערנאך געצינדן נירות שבת בבית האכסניא.
דערנאך איז דער רבי ארויף געפארן צום היכל התפלות בחצר המערה, און דער רבי איז אריין אין א שטיבל העכער די מערה.
פארנאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום גרויסן שאטער היכל התפילות 'בנין בראך' בחצר המערה, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה באש קודש.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הג"ר ר' יושע הערש יאזשעף שליט''א מו''ץ בקהילתינו בני ברק בדברי הכנה צום שבת.
קבלת שבת: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ דקהילתינו ב"פ, ביי בואי בשלום האט מען זיך אויסגעדרייט צו רעכטס לצד מערב, פאר כגונא איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער און מען האט געזינגען שירת בר יוחאי כמנהג המקום בשמחה והתלהבות.
נאכן דאווענען זענען אלפי אנ''ש אריבער זאגן גוט שבת עס האט זיך פארצויגן אריבער א שעה צייט, דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
אינעם גיגאנטישן היכל הסעודות איז סערווירט געווארן אויף איינמאל די סעודות שב"ק ברוב פאר והדר פאר אריבער 5000 געסט בליעה"ר אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט, בזמירות שירות ותשבחות.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אונטן פון הר מירון צום שלחן הטהור, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, פאר קידוש האט מען געזינגען א ניגון התעוררות, הגבהות הכוס: הרה''ג ר' יצחק ארון איזריעל שליט''א (בני ברק).
תיכך נאכן ברכת המוציא האט מען געזינגען 'לכבוד התנא האלוקי' און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש.
נאך די פיש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה' שבתי בבית ה' כל ימי חיי' און געטייטשט בשיטת רבי שמעון ביי קנין הגבהה אז אפילו ווען דער אדון מאכט דעם הגבהה ווערט מען נקנה פאר אן עבד, דא אין מירון באתרא דמר פסקנ'ט מען אין הימל ווי ר' שמעון, און מיט דעם וואס השי"ת הייבט אויף כלל ישראל ווערט מען אן עבד פארן בורא כל עולמים, דאס איז רבי שמעון לשיטתו וואס זאגט אנא עבדא דקודשא בריך הוא, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון "אנא עבדא" און זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברשפי אש להבת שלהבת א לענגערע צייט מיטשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א פייערדיגע טענץ לכבוד התנא האלוקי.
נאך די זופ האט דער רבי נאכאמאל געזאגט תורה אויף די פסוק 'אחת שאלתי מאת ה', רבי שמעון האלט כל העומד לפדות כפדוי דמי, און אידן זענען עתיד תשובה צו טוהן איז נחשב ווי מ'האט שוין תשובה געטוהן און מען ווערט נישט נדחה נאר מען בלייבט מקושר מיטן אייבערשטן אויף שטענדיג, דער רבי האט צוגעלייגט אז וואס מ'האט פריער געזאגט אז מ'ווערט א עבד, איינמאל מ'ווערט א עבד בלייבט מען שוין אזוי ביז דער אדון שרייבט א שטר שוחרר במילא אפילו נאך שבת ווען מ'איז נישט באתרא דמר פון רבי שמעון בלייבט מען אן עבד, דאס איז שבתי בבית ה' כל ימי חיי.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יעקב מענדל ניילענדער שליט''א (ירושלים) פארצוזינגן ואמרתם כה לחי.
נאך די פלייש האט דער רבי נאכאמאל געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי' און געטייטשט אז לויט רבי שמעון וואס האלט יש אם למסורת, לשיטתו אז נאר אידן ווערן אנגערופן אדם און נישט די אומות העולם, במילא ווערן אידן נישט בטל ברוב האומות און פירן זיך מיט א העכערע הנהגה כל ימי חייהם.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- כל מקדש: הגה''צ ר' טובי' שטערן שליט''א מירון'ער רב.
- מנוחה ושמחה: האדמו''ר מסערעדנא שליט''א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה', און געטייטשט אז אויב עס איז חלילה דא ביי א מענטש א חולה בתוך ביתו גייט מען צום גרעסטן און טייערסטן דאקטער און מען פאלגט וואס ער הייסט, במילא אז מען געפונט זיך אין אתרא קדישא מירון דארף מען זעהן וואס דער רופא הגדול התנא האלוקי רבי שמעון זאגט אין זוהר הק' און דער רבי האט פארגעלערנט פון אינעווייניג דעם זוהר הק' פרשת ויקהל די גרויסע ברכה וואס קומט מיט'ן זאגן קטורת און קרבנות יעדן טאג און עס איז משפיע געזונט און מ'ווערט ניצול פון עול המלכות, און ממשיך געווען אז דאס שטייט אין יעדן סידור, און אויפגעפאדערט נישט אויסצולאזן די חלקים פון דאווענען, נאר זיך מקבל זיין און אויספירן דאס צו זאגן יעדן טאג ביי שחרית און מנחה.
- קה אכסוף: הגה"צ ר' יודא דייטש שליט''א (ירושלים).
- ברכות המזון: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
- קה ריבון עלם: הרה''ג ר' יצחק מנחם הירש שליט''א (ירושלים).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' פנחס אהרן ווארפמאן הי''ו (לאנדאן) און ביי ר' שמעון ב"ר רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי).
- אז ביום השביעי: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א מרבני קהלתינו בית שמש.
מען האט ממשיך געווען מיט ריקודין לכבוד התנא האלוקי, מען האט געענדיגט ארום 12:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם היכל התפילות ארום 9:05.
- ברכות: האדמו''ר מלייפניק שליט''א.
- פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד לב אהרן ב''פ.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, מען האט געזינגען ביי ממקומך, און די כהנים האבן געדוכנט כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה ב''פ.
- נתינת הכתר: הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהילתינו לינדען.
- פסוקי שמע ישראל: הרב הגאון ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ דקהילתינו לעיקוואד.
- הולכת הספר תורה לבימה: הרה''ג ר' הערש פריעדמאן שליט''א דומ''ץ גאלאנטא.
- בעל קורא: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
עליות.
- כהן: הרה''ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א רב דביהמ''ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו בני ברק.
- לוי: הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.
- שלישי: הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א.
- רביעי: החתן יואל ב''ר גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי''ו (ירושלים) - באווארפן.
- חמישי: הגה''צ דומ''ץ דקהילתינו ירושלים שליט''א.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך לרגל הולדת הבת אצל.
- ר' יוסף ב''ר אלי' וואלף לעווי הי''ו (בני ברק).
- ר' ישראל מאיר קליין הי''ו (וומסב''ג).
- ר' משה ברא''ש כ''ץ הי''ו (בית שמש).
- ר' ירחמיאל לעבאוויטש הי''ו (מאנסי).
- שביעי: הגה''צ אבד"ק לאנדאן שליט''א.
- הוספה: הרה''ג ר' חיים שלום קליין שליט''א מרבני קהלתינו בני ברק.
- אחרון: הרה''ג ר' שמעי' לעוו שליט''א דומ''ץ וראה''כ לאנדאן.
- מפטיר: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
- הגבה: הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- גלילה: הרה''ג ר' משה ראזענפעלד שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד ברך משה וומסב''ג.
- הולכת הספר תורה לארון הקודש: הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- מוסף: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, די כהנים האבן געדוכנט, פתיחה ביי אנעים זמירות: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
ביי קידוש בבית האכסניא זענען געלאדענט געווארן די נדיבים ועסקנים פונעם נייעם בנין ביהמ"ד המפואר שע"י קהלתינו הק' אין בני ברק יע"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' יואל ב''ר שמשון שווארץ הי''ו (וומסב''ג) און הג"ר יואל דאסקאל שליט"א (בני ברק).
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכות הקודש פאר אלע נדבנים און עסקנים און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין בני ברק.
די סעודת שב"ק האט דער רבי געגעסן פריוואט בבית האכסניא מיט געציילטע מקורבים, ברהמ"ז הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק.
ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא.
- בעל תפילה: ר' יונתן גאלד הי''ו (קר''י).
- הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי''ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- לוי: הרב יעקב מנחם בן הר''ר חיים הערש ראטטענבערג הי''ו.
- שלישי: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו (קר''י).
רעוא דרעווין
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל השולחנות צו של''ס, נאך די פיש האט מען אנגעהויבן ניגוני התעוררות בזמן רעוא דרעווין.
דער רבי האט אנגעהויבן אתקינו סעודתא און געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה' און געטייטשט אז אין זוהר הק' איז מבואר אז אין טאג פון שב''ק זענען די חיצונים נישט שולט במילא קען מען יעצט באתרא דמר שבתא דכולי שתא וואס ס'איז דא תרתי לטיבותא מתפלל זיין און די תפילת וועלן נתקבל ווערן אן קיין שטער.
מ'האט געזינגען ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים בהתעוררות רב.
- אודה: הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א - מו''ץ בקהלתינו הק' ב''פ.
- שיר המעלות: הרה''ג ר' הערשל מייזליש שליט''א רב דביהמ''ד בית נחום דוב וומסב''ג.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה' און געטייטשט אז מען איז מתפלל מ'זאל זוכה צו א שטוב א בית כשירה וצניעה וואס זאל האבן השראת השכינה און שטארק מעורר געווען אויפן ענין פון שער באשה ערוה און פארגעלערנט דעם זוהר הק' פרשת נשא פון אינעווייניג איבער דעם חומר הענין, און כאטש ישראל קדושים הם איז דא מיעוט וואס איז נישט נזהר כראוי, יעצט במחיצות רבי שמעון איז מען זיך מקבל צו האבן א ריכטיגע בית ה' כל ימי חיי, און מסיים געווען בברכת קדשו.
- ידיד נפש האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד 18 ב"פ.
- קל מסתתר: הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה וומסב''ג.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה מען זאגט מוצ''ש אין די זמירות 'יזכר לך אתה אתמול אשר דברת' דאס גייט ארויף אויף ער"ש ווען אידן האבן געזאגט תהילים בהתעוררות רב אויפן ציון הק' פונעם הייליגן תנא מיט הרהורי תשובה וקבלות טובות אויפן עתיד, מען פארט אהיים דארף יעדער געדענקען און מיטנעמען אהיים אלע קבלות טובות און מוציא זיין מכח אל הפועל שבתי בבית ה' זאל האבן א השפעה אויף כל ימי חיי.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און מסיים געווען מיט ניגוני שמחה לכבוד התנא האלוקי און אנא עבדא דקודשא בריך הוא, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הרה''ג ר' אייזיק פריעדמאן שליט''א (בית שמש).
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' אהרן הערש וועבער הי''ו (וומסב''ג).
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לבית האכסניא ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה.
און דער רבי האט מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר הלבערשטאם שליט"א אבד"ק קשאנוב וומסב"ג צו מאכן הבדלה אינעם היכל השולחנות פארן גאנצן ציבור.
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
אומבאשרייבליכע התרגשות של שמחה וקדושה ביי אלופי אלפי אנ''ש וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי', ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש באתרא קדישא מירון סמוך ונראה צו די הייליגע מערה.
ארום 10:15 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, און מען האט מאריך געווען בניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות.
די פרנסי השבת זענען ארויף גערופן געווארן צו נעמען א קריגל שמן פון רבינו שליט"א צו גיסן אויף די מדורה לכבוד התנא האלוקי רשב"י, און דער רבי האט זיי פערזענדליך מאציל געווען מברכת קדשו בזכותו פונעם תנא האלוקי.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי אויפ'ן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' די תנא רבי שמעון בר יוחאי איז בבחינת שבת וואס איז מעלה אלע תפילות פון די גאנצע וואך, ביים תנא אלוקי איז מען מעלה אלע תפילות, אזוי אויך איז עס מעלה די תפילות וואס מ'איז מתפלל ווען מען פארט אוועק און מען איז זוכה לנחלה בלי מצרים, און ווער עס טרעט איבער די שוועל איז עס אים מעלה אז מ'ווערט נשתנה לאיש אחר מיט א העכערקייט און תורה יראת שמים און אהבת השם אןן עס העלפט ביישטיין די נסיונות און דעם דור, און דער הייליגער תנא מיט אליהו הנביא שטייען און בענטשן יעדער וואס קומט אויף זיין ציון מיט ברכת כהנים, וכשם שבא לראות כך בא ליראות די תנא זעהט יעדן צובראכענע הארץ און איז משפיע אויף יעדן שפע קודש בגשמיות וברוחניות לאשר ישנה פה ולאשר אינננו פה, אנא התנא אלוקי מען בעהט דעם תנא זאל נישט מפסיק זיין צו מתפלל זיין פאר אונז, און מען צינדט אן א אור ביים ציון ווייל דא קומט אראפ א אור אין אידישע הייזער בכל הענינים ביז מ'וועט זוכה זיין צום אור חדש על ציון תאיר, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעוררות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
דאן איז דער רבי ארויף צום פלאטפארמע ביים מקום 'מדורת האש' און אויסגעבראכן און שטורמישע בכיות בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעוררות בעת רצון. ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל.
הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו איז נתכבד געווארן דורכן וועד השבת איבערצוגעבן פאר רבינו שליט"א די קריגל אויל, דער רבי האט געגאסן די אויל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה עד שתהא השלהבת עולה מעליה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי בריקודי קודש ואתו עמו כל הקהל הקודש בשמחה שלא כדרך הטבע אין פייערדיגע ריקודים בהתלהבות אש קודש ושמחה עצומה הבוקעת רקיעים.
נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום בימת הכבוד, מען האט געזינגען בר יוחאי און ואמרתם און נאך ניגוני מירון, דערנאך זענען די חאלאקע קינדער אריבער, דער רבי האט געשניטן האר אנגעטוהן קאפל און ציצית און געוואונטשן פאר די קינדער און פאר די עלטערן און זיידעס, מען האט ממשיך געווען די ריקודין דער רבי האט פארלאזט די הדלקה ארום 1:10 אזייגער און אהיים לבית האכסניא.
בבית האכסניא איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' משה בראנסדארפער שליט''א אב"ד היכל הוראה בירושלים, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה דער בעל אכסניא הרה''ג ר' מנחם מענדל פאמעראנץ שליט''א ריש מתיבתא עוז והדר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט פארן אוועקגעבן די דירה אין מירון מיט אלע הצטרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו"פ די ראשי עסקני חברה הצלה הרה"ח ר' אשר שלאמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו פון בני ברק אינאיינעם מיט די פילע הצלה וואלונטירן וועלכע זענען געווען אנוועזנד איבער שבת על כל צרה שלא תבוא, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים און פאר די פילע וואלונטירן, און דערנאך זענען די וואלונטירן אריבער מקבל זיין ברכת קדשו.
עקסטער האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר די ראשי העסקנים וועלכע האבן אוועקגעגעבן גאנצעטע טעג און נעכט די לעצטע וואכן צו מסדר זיין די טויזענטער אכסניות באתרא קדישא מירון הרה"ח ר' יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו, הרה"ח יואל הכהן פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא האניג הי"ו
אחת שאלתי מאת ה' אונזער בקשה צום אייבערשטען איז אז שבתי בבית ה' אונזערע שעות בבית ה' זאל באגלייטן יעדן אויף כל ימי חיי לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו מאתה ועד עולם.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
