מאנטאג ויצא - בני ברק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט פילע אנ''ש.
- בעל תפילה: ר' אליקים יודא גרינוואלד הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בני ברק.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 3:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בדברי תורה ובעניני מזוזות, און הגאון רבי משה שאול שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו ויקהל משה און מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין לשכת רבני העיר בני ברק ביי די רבני העיר הגאון ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הגאון ר' שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בעניני כשרות אין די שטאט בני ברק און אלע רבנישע פונקציעס, און איבער די מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ וועלכע רבינו שליט"א האט איינגעפירט צו נוצן, און ווי הגאון הרב לאנדא ז"ל איז איין יאר געקומען שניידן אין אמעריקע בטירחא דגופא כדי צו קענען האבן פון די מהודר'דיגע ווייץ וועלכע האבן נישט קיין חששות, און ווי ער האט מקפיד געווען אליינס ארויפצוגיין אויפן קאמביין צום שניט, די רבני העיר האבן מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו, און איינגעלאדנט די רבני העיר צו קומען אויף א באזוך אין קרית יואל זיך אומצוקוקן אויף די הערליכע ריינע אויסגעהאלטענע שטאט, און זיי האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה פאר א נייע ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק אייזיק הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 4:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו אין זכרון מאיר ווי עס איז פארגעקומען א קבלת פנים דורך כוללינו כולל עצי חיים לכבוד דעם נשיא הכולל הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' ישראל אלימלך ב"ר שמעון ראטה הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבת קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שאול יחזקאל שווארטץ הי"ו וועלכע האט באגריסט הגה"צ נשיא הכולל שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א ראש הכולל ודומ"ץ קהלתינו הק' בני ברק, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א מיטו נשיא הכולל שליט"א בשם די לומדי הכולל און ארויסגעברענגט די מעלות פון כולל עצי חיים און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ נשיא הכולל שליט"א וועלכע גייט אליינס ארום יעדן טאג נאך געלט פארן כולל, און מאכט זיכער אז די תמיכה קומען אן צייטליך, און פאר די ספעציעלע תמיכה לכבוד יו"ט.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נשיא הכולל הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און אנגעהויבן זאגענדיג אז שב"ק ווען רבינו שליט"א האט געזאגט אז מען קען נישט אוועקפארן פון מירון אהן זיך מקבל זיין א קבלה טובה האט ער זיך מקבל געווען צוצולייגן א הוספה צו די תמיכה פאר די לומדי הכולל, און ארומגערעדט איבער די חיבה יתירה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א צו כולל עצי חיים און זיך באדאנקט פאר די נדבני הכולל פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי וועלכע גיבט זיך אוועק בלב ובנפש פארן כולל, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר רבינו שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ שליט"א און פאר די רבני ולומדי הכולל, און משמיע געווען א לענגערע שיעור סוגיא ופלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די כולל אינגעלייט ובפרט איבער לערנען פארן דאווענען, און ארויסגעברענגט לשבח פון אחיו הגה"צ שליט"א וועלכע נעמט אויף זיך דעם עול און שאפט אליינס די ריזיגע סכומים פארן כולל במסירות נפלאה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:10.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בדברי הלכה, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב בני ברק עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל צום הכנסת ספר תורה, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און זיך עקסטער אפגעשטעלט טאנצן נעבן די קינדער פאר א שטיק צייט, און דערנאך מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די שמחת הכנס"ת לע"נ רבותינו הק' זיע''א ולרגל שמחת התחלת כתיבת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני דביקות התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נחמן ברוך שיף שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די נחיצות פון פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און זיך באדאנקט פאר די נגידים און נדבנים פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו פון קר"י חבר וועד קרן הבנין וועלכע ארבעט בלב ובנפש צו שאפן די גרויסע געלטער לפאר ולרומם בית מדרשינו הגדול.
ביים לחיים האט זיך אויך משתתף געווען כ''ק אדמו"ר מטשערנאבל שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ביים סוף ארויסבאגלייט.
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און משמיע געווען ברכת הקודש און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 9:30 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק ברוך אילאוויטש ע"ה ווי עס איז פארגעקומען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי בני ברק ווי עס האבן זיך געשלענגלט א לאנגע שורה לויט א ספעציעלע סדר להפקד בדבר ישועה ורחמים.
צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ עטליכע מזקני הרבנים הגאונים ראשי הכולל פון כולל חלקת יעקב ברייש וועלכע האבן איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו קומען אין כולל משמיע זיין א שיעור סוגיא ופלפול און דערביי האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ אחד מאנ"ש וועלכע האט אריינגעברענגט פאר רבינו שליט"א א באטל אויל וועלכע איז טבל און עס מזכה געווען פאר רבינו שליט"א אז דער רבי זאל קענען אפשיידן תרומות ומעשרות פון א אייגענע אייגענטום, דער רבי האט עס קונה געווען כהלכה און דערנאך געמאכט א ברכה בשם ומלכות און אפגעשיידט תרומות ומעשרות כהלכה און זיך שטארק באדאנקט פארן געבן די זכיה און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו"פ א קבוצה עלטערן מאנ"ש וועמענס קינדער זענען אין א סכנה צוליב די ביטערע גזירת הגיוס נאכן באקומען א צו גיוס פון די ציוניסטישע ממשלה, רבינו שליט"א האט משמיע געווען הדרכה און געוואונטשן ברכות קדשו אז מען זאל ניצל ווערן פון די גזירה גרינגערהייט.
ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא, בעל תפילה: הב' ב"ר אנטשיל אילאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו ביז ארום 12:30 אזייגער.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
