בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ו כסלו תשפ"ו12/16/2025

באריכט
דינסטאג מקץ - ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מאיר רייכמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יושע מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה יודא בר"ש הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הישיבה א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בעל ברית און די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף די נייע צוגעבויעטע דארמיטארי פאר די ישיבה און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ.

ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' ברוך מרדכי ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך תשובה מאהבה אדער טוהן א עבירה לשמה איז מען משפיע א מפלה פאר רשעים, די חשמונאים האבן אין זכות פון מצות ציצית וואס איז א עבירה לשמה וויבאלד מען איז עובר אויף לא תלבש שעטנז משפיע געווען א מפלה פאר די רשעים און זוכה געווען צו נצחון המלחמה.
דער רבי האט ממשיך געווען אז היינט צוטאגס דארף מען אויך צוקומען צו די בחינה פון א מפלה פאר די רשעים בפרט בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק ווי הרשעים כים נגרש און זיי גייען אן ווייטער און זענען אריין אין קארט אנטקעגן אונזער חינוך הטהור, הדלקת נר חנוכה וועט משפיע זיין א מפלה פאר זיי און מען וועט מצליח זיין ווייטער אנצוגיין מיט די חינוך המסורה לנו מדור דור, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צו די יערליכע כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א מראשי החבורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק והתחזקות איבער די חשיבות פון פארציילן סיפורי צדיקים פון די צדיקים הקודמים, און פארגעלערנט פון אינעווייניג א שטיקל פון ספר הק' נועם אלימלך איבער פארציילן סיפורי צדיקים, און מאריך געווען בשבח פון די חבורות וועלכע נעמען זיך צוזאם בקביעות צו לערנען חסידישע ספרים און פארציילן סיפורי צדיקים, וואס איז די איינציגסטע זאך וואס קען אונז האלטן אין אזא מגושמ'דיגע דור, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️