בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ג אדר תשפ"א3/7/2021

באריכט
מתוך דברי הספד מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לפני מטתו של האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל ומלפנים דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק.

(אחר הדברי תורה) "..מיר זענען געקומען דא מספיד זיין, אבידה גדולה בפטירת פון דעי גאון המפורסם רב דקהל יראי ה' קארלסבורג, וואס איז געווען א ת"ח עצום בכל מכמני תורה הקדושה.."
און ארומגערעדט איבער די קורבה יתירה וואס ער האט זוכה געווען ביי רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע און איבער די רבי'ס התפעלות פון זיין ידיעות התורה, ווי רביה"ק זי"ע האט זיך אויסגעדריקט "..אז ער האט נישט געגלייבט אז נאך די קריג וועט ער נאך האבן אזא תלמיד, אזא גרויסע תלמיד חכם"

"..שפעטער איז ער נתמנה געווארן אלס דיין ומו"צ בקהילתינו דא אין בארא פארק, ער איז געווען א ת"ח עצום משיב געווען דבר ה' זו הלכה פאר די אלע שואלים, זיינע פסקים איז נתפרסם געווארן סיי בתורה שבכתב אין זיינע ספרים, זיינע תשובות ספרים להלכה, און אויך תורה שבעל פה און יעדע בית הוראה ווי מען פסקנט שאלות זאגט מען נאך דבר ה' הלכה בשמו" ..תלמיד חכם שמת הכל כקרוביו ..הכל מתאבלים עליו יעדער איז מתאבל אויף דעי גרויסע געוואלדיגע אבידה, אבידה גדולה לכל בית ישראל"

און דערנאך געבעטן פונעם נפטר זצ"ל מעורר זיין רחמי שמים פאר כלל ישראל: "..אין די יעצטיג צייט א שווערע זמן פאר כלל ישראל, כלל ישראל דארף רחמי שמים מרובים ווייסט יעדער איינער, מען דארף האבן רחמים מרובים פאר אידישע קינדער בבריאות הגוף, די נפטר זצ"ל איז א געווען א ש"צ אסאך יארן פאר כלל ישראל, ער גייט ארויף אויפן 'עולם האמת' בעט מען ער זאל זיין א "שילוח ציבור" און מעורר רחמי שמים זיין והסר כל מחלה פון אלע אידישע קינדער, סזאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו, די אייבערשטער זאל העלען סזאל מקיום ווערן די נבואה בלע המות לנצח מזאל זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️