דינסטאג ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד מויזקאפף הי"ו.
- ב"ר חנני יו''ט ליפא פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יצחק יקותיאל יהודה פריינד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד יציקות הבורות אינעם מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א און די נדבני המקוה תושבי השכונה צו גיסן די בורות, און דערביי האט דער רבי געהערט א באריכט פון די ועד המקואות דקהלתינו הק' איבער אלע איינריכטונגען און הידורים פונעם מקוה.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום מסיבת לחיים אינעם דערנעבענדיגע ביהמ"ד עבודת אהרן, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל מרגליות שליט"א יו"ר ועד הרחבת גבולי העיר, און הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א רב הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע נדבנים און תושבי השכונה, דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בלי און וואקוס פונעם געגענט.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו מחשובי תושבי השכונה האט מנדב געווען א גרויסע סכום פאר מוסדות יטב לב בארה"ק, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון מנדב זיין געלט פאר א מקוה און פארציילט א מעשה פון הרה"ק המאור עינים זיע''א וועלכע האט פארקויפט זיין עולם הבא צו קענען בויען א מקוה און אויסגעפירט אז ווען מען גיבט געלט פאר א מקוה קויפט מען זיך דערמיט עולם הבא, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תושבי השכונה וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען צו בויען א מקוה וואס האט אפגעקאסט שווערע געלטער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים און אנגעוואונטשן אז זיי זאלן אלע זוכה זיין צו עולם הבא און עולם הזה און כל מילי דמיטב.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין מאנסי אויף א ביקור חולים באזוך ביי ידידו און לאנגיעריגע חברותא הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מפאר געווען מלובש בבגדי שבת ביי די חופה פון נכדת הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א באולם אימפעריעל ביי די חופה פון נכדת הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א, דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די חופה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און זיך דערביי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
