פרייטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל הר"ר משה אייזיק גראהמאן שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ ברודא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' אהרן אליעזר בערנאטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' אלימלך בר"ש קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל בר"א סימאן הי"ו. - ב"ר אלכסנדר נפתלי ברוינער הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זיע''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.