בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי' טבת תשפ"ו12/30/2025

באריכט
מאנטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין וומסב''ג.
- ב"ר משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו.
- ב"ר דוד ארי' גאלדבערגער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ד'.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מסיבת לחיים רבתי לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ור"מ בישיבה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה, דער מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א און די מחותנים הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז ווען עס איז מצא אשה מצא 'טוב' דארף זיין 'טוב' להודות לה', און בשבח פונעם חשוב'ן שידוך ממשפחתי ומבית אבי אן אייניקל פונעם זיידן הגה"ק דער ייטב לב זיע"א און הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א און קרובים כמה פעמים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה לייב גרובער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ ראזענבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו און הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ המשפיע הרה"ג ר' אשר זעליג מרגליות שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיין זיידן הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️