מאנטאג וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' דוד יודא זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם גרינבוים הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס איבער די תקנות מיהאלאוויץ און איבער די פילע גזירות אויף כלל ישראל דורך די גוי'אישע רעגירונגען במשך הדורות.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו (קר"י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
