שב''ק פרשת וארא מברכים חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע
ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 3:54 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:15. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:40 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו (קר"י).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב''פ).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.
- קה אכסוף: הרה"ג ר' אברהם יצחק לונגער שליט''א דומ''ץ סקווירא מאנסי שכונת בעיטס.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי ר' זושא מאניפאלי זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ב' שבט.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו (קר"י).
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו (קר"י).
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי).
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו (ב''פ).
- בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' פנחס געלב הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
- שלישי: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט''א.
- רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
- חמישי: הרה"ג ר' אברהם יצחק לונגער שליט''א.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך, און דערנאך געהייסן מאכן א מי שברך לרגל הולדת נכדתו למז"ט.
- שביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
- הוספה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- אחרון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- מפטיר: הרב ישכר בעריש וואגשאהל שליט''א (וומסב''ג).
- הגבה: הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"א שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות. און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' לוי יצחק עהרמאן הי"ו (לאס אנדזשעלעס).
מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' אהרן שלמה אפפעל הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ח ר' משה אליעזר שווארטץ הי"ו (קר"י).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו (מאנסי).
זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און געטייטשט אז אויב איז מען אפגעהיטן בעניני קדושה איז מען זוכה אז הקב"ה איז אים קונה בקנין משיכה דורך קורא לה והיא בא און עס פעלט נישט אויס אז עס זאל זיין דורך הכישה במקל, און מאריך געווען מיט דברי התעוררות לימי השובבים, אלע צרות הכלל והפרט א בחינה פון הכישה במקל קומט פון פוגם זיין אין עניני קדושה, און מעורר געווען צו תשובה טוהן אויף וואס מען האט חוטא געווען בעניני קדושה בדיבור במעשה ובמחשבה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו (קר"י).
פארן בענטשן האט דער רבי פארציילט עטליכע מעשיות פונעם הייליגן רבי ר' זושא זיע''א, און דערנאך געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א די וואך.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
