בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' שבט תשפ"ו1/21/2026

באריכט
מיטוואך בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אין פאלם ספרינגס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א אין די בראשית יארן אין אמעריקע, הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️