בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' שבט תשפ"ו1/25/2026

באריכט
זונטאג בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע יצ"ו

ארום 8:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי באגריסט די תלמידי ת"ת כנסת יהושע פון קאסא גראנדא אריזאנע אינאיינעם מיט די רבני העיר קאסא גראנדא הגה"צ ר' מנשה רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב, און הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א רב דקהל חסידים.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די ילדי הת"ת, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים, ילדי הת"ת, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון לערנען תורה אויף א פלאץ ווי עס זענען דא ווייניג אידן און ארומגערעדט בשבח פון די חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא און די חשובע רבנים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.

פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 510