דאנערשטאג בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל אברהם זאב אפפעל הי''ו.
- ב"ר דוד ווייס הי''ו.
- ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי''ו.
- ב"ר יוסף שלמה מארקאוויטש הי''ו.
- ב"ר חיים מרדכי וויינגארטן הי''ו.
- ב"ר חיים צבי יחיאל לאנדא הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' יואל בר"ה פריעדמאן שליט"א און הר"ר ליפא ברי"י סאמעט שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מאיר סאלמה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברצ"ז בערגער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
שפעט ביינאכט נאך חצות הלילה ארום 12:40 איז דער רבי ארויף צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון הכלה נכדתו דור רביעי בת לנכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג יתרו הבעל"ט.
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל געצינדען ליכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
