בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ד שבט תשפ"ו2/1/2026

באריכט
זונטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
- ב"ר יושע העשיל שארף הי"ו.
- ב"ר יואל קאהן הי"ו.
- ב"ר דוד יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יצחק שרגא האלצמאן הי"ו.
- ב"ר שלמה אלי' מאלח הי"ו.
- ב"ר יהודה ווייס הי"ו.
- ב"ר עמרם נויאוויטש הי"ו.
- ב"ר זאב שערצער הי"ו.
- ב"ר דוד לעווי הי"ו.
- ב"ר שאול בראך הי"ו.
- ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו.
- ב"ר שמואל גאלדשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים וועלכע זענען געשטאנען בראש פון די גרויסע מלוה מלכה וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת פאר די תלמידי המתיבתא זיך צו מחזק זיין בנוגע צמצום הוצאות החתונה ובפרט בנוגע די מוזיק צו ניצן נאר 'די דזשעי' מוזיק, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות פון די עסקנים און שטארק מחזק געווען די בחורים עסקנים צו קענען אויפטון ווי מער צו שפארן אידישע געלטער און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אשר ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו און הר"ר יחיאל מיכל טרעגער שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל מרדכי ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' באנדא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 9:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמסיטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א חתן/בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט בהיכל ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנ''ש.
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד היום, אויף די טישן זענען געליגן פילע פראכטפולע אויסשטעלונגען פון פארשידענע מיני פירות לכבוד היום.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען בנגינה, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוגים און מען האט פארטיילט שיריים.

במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען פינף מאל דב"ק.
- ערשטע דב"ק: מען איז מרבה בפירות חמשה עשר בשבט ווען עס איז פערציג טעג פאר בריאת העולם לר' יהושע, דורך מאכן די ברכות איז נישטא די טענה פון די מלאכים פון דינא דבר מצרא וויבאלד עס איז דא א פסידא פארן מוכר אז מלאכים קענען נישט מאכן קיין ברכות ווערט בטל זייער טענה. און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה.

- צווייטע דב"ק: נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות חמשה עשר בשבט, אין דעם טאג איז עלתה במחשבה פון הקב"ה צו באשאפן די וועלט כדי די אידן זאלן קענען מקבל זיין די תורה, איז מען מרבה בפירות וואס ווייזט אויף מצוות דרבנן, איז נישט דא א טענה אז עס איז געווען בכפי' וויבאלד משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו, דער רבי האט מוסיף געווען אז לפי רוב שיטות זענען די מצוות דרבנן יא כעין דאורייתא במילא מוז מען זאגן אז די פירות זענען די מילי דחסידא און מנהגי ישראל, און דורכ'ן מקיים זיין מנהגי ישראל ווערט בטל די טענה אז מתן תורה איז געווען בכפי'.
דער רבי האט דערמאנט וואס מען האט גערעדט ליל שב"ק פרשת תולדות העעל"ט באתרא קדישא מירון איבער זאגן די פרשת הקטורת יעדן טאג פאר שחרית, ביי חסידישע אידן איז מען מקפיד צו זאגן קרבנות פאר מנחה אויך, עס איז נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן נאר א מנהג ישראל וואס ווערט כעברענגט אין שו"ע, כהנה וכהנה איז דא יעדן טאג פילע מנהגי ישראל, גיין אין מקוה, וכו', אזוי אויך איז דא פילע חסידישע לא תעשה'ס, ס'דא זאכן וואס א חסידישע איד טוט נישט סיי בנוגע די כלים, מלבושים, און נאך פילע ענינים, און חמשה עשר בשבט איז די טאג וואס מען דארף זיך מקבל זיין איינצוהאלטן אלע מנהגי ישראל און נישט מזלזל זיין אין קיין שום חסידישע ענין, און אזוי אויך מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיטן לערנען ספר הק' קדושת לוי וואס גיבט אריין א חיות אין א איד. און מען האט ממשיך געווען צו זינגען.
- דריטע דב"ק: נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות, עס איז דא נאך א טעם פארוואס עס איז דא א פסידא פאר הקב"ה אויב ער גיבט די תורה פאר די מלאכים, ווען א איד טוט תשובה מאהבה ווערן די זדונות זכיות און הקב"ה האט א שטארקע הנאה פון דעם, און דאס קען א מלאך נישט באווייזן, די תורה ומצוות זענען די עץ החיים און די זכיות וואס ווערט באשאפן פון די עבירות זענען די פירות, חמשה עשר בשבט וואס געפאלט אויס סוף פון די ימי השובבי"ם וואס די טעג זענען מסוגל פאר תשובה ותיקון המעשים און מען האט שוין באשאפן אסאך זכיות אין די פארגאנגענע וואכן, עסט מען פירות צו מרמז זיין די פירות וואס מען האט באשאפן און צוליב דעם האט מען געקענט מקבל זיין די תורה, דער רבי האט פארענדיגט 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שערי שמחה' וויבאלד דורך די זכיות איז מען משפיע שמחה וישועות, און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין מרבה צו זיין בפירות און עפענען די שערי שמחה פאר יעדעם איינעם בכלליות ובפרטיות.
דער רבי האט טועם געווען פון די אתרוג, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
- פערטע דב"ק: נאכגעזאגט פון בני יששכר אז חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אויף א גוטע אתרוג, א אתרוג איז עצו ופריו שוין דאס קומט צו זאגן אז חמשה עשר בשבט דארף מען מתפלל זיין אז עס זאל זיין עצו ופריו שוין, און די קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליך מען זאל זען תענוג ונחת עד סוף כל הדורות. מען האט געזינגען ויהי זרעי מיט גרויס התעוררות א לענגערע צייט.
- פופטע דב"ק, חמשה עשר בשבט איז ראש השנה לאילנות, ביי בריאת העולם האבן די דשאים געמאכט א ק"ו פון די אילנות אז זיי דארפן אויך וואקסן למינו, ביי יצחק אבינו שטייט אז ער ווערט געבענטשט דורך א ק"ו, מה דאך ישמעאל האט כל טוב איז דאך זיכער אז יצחק דארף האבן, און דאס איז אפילו ווען מען איז נישט אין אזא גוטע מצב ברוחניות, אבער ערגער ווי ישמעאל איז מען נישט, במילא חמשה עשר ווען עס איז ראש השנה לאילנות ווען די דשאים האבן געמאכט א ק"ו פון די אילנות מאכט מען אויך די ק"ו יצחק פון ישמעאל און עס ווערט נשפע פרנסה בהרחבה גדולה פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:10, נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️