בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג שבט תשפ"ו2/10/2026

באריכט
שב''ק פרשת יתרו - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון נכדת דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א אבד"ק פינטשוב

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי קובע געווען די מזוזות אויף די נייע פארענדיגטע זאלן בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
- החתן יודל ב"ר לייבל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה, און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר מרדכי דוד ראטענבערג שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 7:30. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות התורה והחינוך בארגענטינע. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' יקותיאל יודא גלאנץ ני"ו בן הרה"ג ר' יואל שליט"א.
- הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר שלום וואגשאהל שליט"א (בלומינבערג).
- מנוחה ושמחה: הר"ר ברוך ראטענבערג שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.

- קה אכסוף: הר"ר ישעי' יוסף בעק שליט"א (מאנסי).
- ברכת המזון: האדמו"ר ממאשלוי שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
- קה רבון עלם: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגערופן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א און די מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ.
- אז ביום השביעי: הר"ר לוי יצחק ראזענבוים שליט"א, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25.
- ברכות: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג.
- פסוקי דזמרה: הר"ר אהרן שפיגעל שליט"א (ב"פ).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הגה"צ ר' אברהם אביש שמידמאן שליט"א אב"ד קראלי פלעטבוש.
- פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: נכד רבינו החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א.
- שלישי: החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן בהר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן יעקב שלמה ב"ר אייזיק הערש ברא"י בערקאוויטש הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' מרדכי לייב צוויבל שליט"א.
- ר' חנני' יו"ט ליפא ברא"י דייטש הי"ו.
- ר' יעקב ברש"י גוטמאן הי"ו.
אויך האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר פנחס שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).

- שביעי: החתן בהר"ר יואל פיש שליט"א.
- אחרון: החתן וואלף ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו.
- מפטיר: החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו.
- הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו.

- מוסף: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף ב"ר אלימלך לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

מיטאג טיש וסעודת שבת שבע ברכות האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש, מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: הר"ר יקותיאל יודא דוד ראזענבוים שליט"א.
- ברוך קל עליון: הר"ר משה לייפער שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און געטייטשט אז יתרו האט בשעת די שיעובד מצרים שוין געזען די גאולת מצרים און זיך שוין דעמאלטס געפרייט ע"ש העתיד.
- ברכהמ''ז: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
- ברכות ראשונות: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א.
- ברכה אחריתא: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:00.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' עמרם בר"ד קאהן הי"ו.
- לוי: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג)

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הגה"צ אב"ד קראלי פלעטבוש שליט"א.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויספר משה לחותנו' און געטייטשט אז פון יעדע מצוה ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים טוהן נאך מצוות און די זעלבע חלילה ביי א עבירה, און אפילו מען זאגט געווענטליך אז מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה דאס איז נאר ביי סתם עבירות, אבער ביי עניני קדושה ווי די מחשבה איז אויך א עבירה ווערט אויך באשאפן א מלאך פון א מחשבה, אבער ביי יעדע קרעכץ און מחשבת חרטה ווערן די מלאכים הרעים פעלער'דיג, און ממשיך געווען מיט דברי התעוררות זאגענדיג אז מען שטייט שוין ביי די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם און אז מען מאכט זיך א חשבון הנפש וואס מען האט אויפגעטוהן אין די פארגאנגענע וואכן איז די מצב גאר ביטער, אבער דאך דארף מען געדענקן אז מען דארף איינרייסן און בעטן אז מען זאל זוכה זיין צו א אמת'דיגע מחשבת חרטה און נאכדעם וועט שוין הקב"ה צוהעלפן און מבטל זיין אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיינע עבירות און זיי לאזן אים נישט תשובה טוהן און נאך וואס זיי וועלן בטל ווערן וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל מאיר ווייס הי"ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.

ארום 9:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש צו די שבע ברכות צוגעשטעלט דורכן רבי'ן שליט"א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די בחורים חברי חבורת קדושת יו"ט שע"י ישיבות קטנות פון וומסב''ג וועלכע איז נתייסד געווארן דורך הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו לערנען ספרי חסידות מידי שבוע בשבוע ובפרט פאר די ימים טובים.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה, און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה, און ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
נאך די פיש איז פארגעקומען א מעמד שאלות ותשובות ווי הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומסב''ג האט פארגעשטעלט פילע שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעגעבן בנוגע פילע ענינים בנוגע מנהגי ישראל, חסידות, לימודים, און נאך, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני נשואין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די בחורים בדברי הכנה ליו"ט פורים און צווישן אנדערע אויסגעשמועסט די כח פון נגינה און ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די היינטיגע ניגונים אויף וואס מען טאנצט ביי חתונות און מעורר געווען אוועקצושטיין פון די היינטיגע ניגונים און מסיים געווען בברכת קדשו.

- ברכהמ''ז: דער מחותן הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
- שבע ברכות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️