דינסטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחיאל יודא גליק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום בנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים ביי די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האבן די בחורים אנגעהאט קאשקעטלעך לכבוד חודש אדר און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די מנהלים און מלמדים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט די היסטאריע פון חסידישע היטן במשך הדורות.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' בערל ברמ"י הירש ע"ה, צווישן זיי בניו הרה"ג ר' דוד שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, און הרה"ג ר' מרדכי שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח הישיש ר' יצחק פאגעל ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
