בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ו אדר תשפ"ו3/4/2026

באריכט
מיטוואך כי תשא - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יודא בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- תאומים הנולדים אצל הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברח"ל זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט מען געזינגען ניגוני פורים און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון רבותיה"ק זיע''א מימי הפורים, און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, און פאר די בעלי ברית ובני משפחתם.

ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק'.

ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה בתופים ומחולות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- אשר הניא: הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א אב"ד קאמארנא ב"פ.
- שושנת יעקב: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.

במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען זעקס מאל דברות קודש.
ערשטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט ממשיך געווען מידת קל וואס איז חסד און מיט דעם ממתיק געווען די דינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף 'שבשפלנו זכר לנו' פאר א לענגערע צייט באש קודש.

צווייטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב' און געטייטשט אז דורך דעם וואס כלל ישראל פרעגט נישט קיין קשיות אויפן רבש"ע וואס קומט שוין מכח אברהם אבינו וואס האט נישט געפרעגט קיין קשיא אויפן רבש"ע ביי די עקידה, אין דעם זכות פרעגט הקב"ה אויך נישט קיין קשיא אויף אונז און איז משפיע כל טוב.

דריטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז דורך דעם שם הויה וואס ווייזט אויף היה הוה ויהיה וואס דאס קומט זאגן אז ביי הקב"ה איז די עבר הוה און עתיד אלעס איינס, איז הקב"ה מצרף די טוב העתיד פון כלל ישראל און מען גייט ארויס זכאי בדין.

פערטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב' און געטייטשט אז הקב"ה האט א חיוב פון א בעל לאשה צו כלל ישראל און איז מחויב אלע חיובי בעל לאשה פאר כלל ישראל.

פינעפטע תורה האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן חסד אן פרעגן פארוואס איז הקב"ה אויך משפיע כל מיני השפעות אן קיין שאלות, און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען יצחק זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די זעקסטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן חסד איז עס מעורר א קריאה של חיבה פון הקב"ה צו כלל ישראל, און מען איז זוכה צו קורא לה והיא בא און עס פעלט זיך חלילה נישט אויס קיין הכישה במקל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט אריינגעברענגט קרויט לכבוד היום, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות לכבוד היום.

דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס, מען האט געענדיגט ארום 10:15.

נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב הירש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' משה יעקב שאלאמאן הי"ו און חתנו הרה"ח ר' יוסף שלום גאלדבערגער הי"ו היושבים ע"פ בתו אשתו ע"ה, עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי פורים.
דערנאך ארום 11:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 459