דאנערשטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' בער לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר משה אפרים פישל טייטלבוים הי"ו. - ב"ר לוי יצחק געשטעטנער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה ברוב עם. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: הרה"ח ר' יעקב יוסף האפפמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו. הרה"ח ר' יואל סופר הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם לייב פעלבערבוים הי"ו ובני משפחתו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מצות כתיבת ספר תורה.