שב''ק פרשת ויקה"פ - שבת החודש - מבה"ח ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
- החתן יחיאל שלמה ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- החתן מרדכי ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:15. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).
- כל מקדש: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
- מנוחה ושמחה: הר"ר שמעון גרין שליט"א (ב"פ).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקהל משה את כל עדת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
- קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי יוסף שאול נאטאנזאהן זצ"ל בעמח"ס שואל ומשיב וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ז אדר.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב ברוין הי"ו (ירושלים).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודא טרייטל פרענקל הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
- ברכות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים וואלף ווינקלער הי"ו (מאנסי), און הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
עליות:
- כהן: החתן יחיאל שלמה ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
- לוי: החתן משה בהר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א.
- שלישי: החתן בהר"ר יעקב יצחק ווינקלער שליט"א.
- רביעי: החתן ב"ר ירוחם פישל חיים ריספלער הי"ו.
- חמישי: החתן בן הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
- שישי: הר"ר אשר פארקאש שליט"א (מאנסי).
- שביעי: הרה"ח ר' ירוחם פישל חיים ריספלער הי"ו (וומסב''ג).
- אחרון - חזק: החתן מרדכי ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו - באווארפען.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: החתן נפתלי הירצקא בן הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אפרים פישל פריעד הי"ו.
- מפטיר - קריאת פרשת החודש: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- הר"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו.
- ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו.
- ר' גדלי' דוד זאלדאן הי"ו.
- ר' יוסף מענדל כ"ץ הי"ו.
- ר' משה יעקב אהרן בר"י בוקסבוים הי"ו.
- ר' יואל ברי"ב פערל הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו (לאנדאן).
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת החודש, און מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:05.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב בר"ח פארקאש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב ברוין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' חיים ישעי' גראס הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרשת החודש 'ראשון הוא לכם לחדשי השנה' און געטייטשט די חשיבות און כח פון א דיבור פון א איד און ווי שטארק מען דארף נזהר זיין עס נאר צו ניצן אויף גוטע זאכן און נישט ח"ו אויף צו רעדן שקרים וכו', און דאס איז א הכנה צום יו"ט פסח ווען מען גרייט זיך צו מקיים זיין מצות סיפור יציאת מצרים מיטן מויל און אזוי אויך מצות אכילת מצה, במילא דארף מען שטארק אבאכט געבן צו האלטן דאס מויל זויבער.
- ידיד נפש: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן מאשקאוויטש הי"ו.
- שושנת יעקב: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:55.
ארום 11:45 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אין די נייע אפיסעס פון די RCCS ארגענעזאציע אין די ביזנעס סענטער, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין זיך אומקוקן אויף די אפיסעס און געהערט א באריכט פון די הנהלה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו מייסד ומנהל המוסד.
דאן האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט שטארקע דברי התחזקות פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק לטובת די פילע חולי ישראל אין אלע אפיסעס איבער די גאנצע וועלט, און ארויסגעברענגט אז אונזער ארבעט איז צו טוהן וויפיל מען קען און הקב"ה וועט העלפן מען זאל מצליח זיין צו אויסהיילן די חולי ישראל, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן מייסד הרה"ח ר' הערשל הי"ו און אלע עוסקים במלאכת הקודש.
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון מרת ריספלער תחי' אלמנת הרה"ח ר' מאיר זעליג ע"ה אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי נכדתה החתן בן לבנה הרבני הנגיד ר' ירוחם פישל חיים הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם פארצייטישן מנהג פון עסן טעג ביי בעלי בתים אין דער אלטער היים, און אזוי אויך איבער די נייע תקנות חתונה זאל גינת אסתר וואס די חשובע משפחה האט אויפגעבויעט לשם ולתפארת, און מחיל אל חיל די נייע שמחה זאלן פאר קלענערע שמחת בבנין הבית רחל בנין ריספלער החדש ההולך ונבנה, די דריטע בנין ריספלער בתוככי' מבצר הבית רחל אין וומסב"ג, און איבער דעם שווערען פראבלעם פון דירות איבעראל ובפרט אין וומסב"ג.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי עקסטער אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר מרת ריספלער תחי'.
פון דארט ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אין די נייע איבערגעבויעטע 'דרייוו גודס' געשעפט אין קר"י, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט, צווישן אנדערע אין די 'לבושי כבוד' אפטיילונג, און דערביי געהערט א באריכט פונעם בעה"ב הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו און פון הרה"ח ר שלמה זלמן ווייס הי"ו אדמיניסטראטער פון די מוסדות הק' איבער די געוואלדיגע הצלחה פון די צניעות'דיגע מלבושים ביי די תלמידות בית רחל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל אלי' הי"ו, פאר די ארבעטערס פונעם געשעפט, און פארן גאנצן ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
