בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ט אדר תשפ"ו3/18/2026

באריכט
מיטוואך ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו, משמש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמחה ליכטענשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אפרים העכט הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:35.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דניאל יונתן עג'מי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"א מאסרי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ישראל חיים ווייזער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא שטראה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם גרין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ש מייזעלס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א הערליכן גריס פאר רבינו שליט"א פון קהלתינו הק' אין אנטווערפען נאכן וויילן דארט פארגאנגענע שבת.

ארום 10:50 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי מארקאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו און הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️