זונטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' קלמן ברא"י גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אלי ברש"ל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם עבער שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך די ברית'ן האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון רבי אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערביי האט הגאון רבי אשר שליט''א איבערגעגעבן זיין נייע ספר פארן רבי'ן און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
- ב"ר שלמה היימליך הי"ו.
- ב"ר ישעי' יצחק ברי"א רובין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אהרן שיינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש וואו ס'איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' שמואל מאיר יואל יאזשעף הי"ו און דער רבי איז געווען סנדק, נאך די ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די מצות וועלכע זענען געבאקן געווארן פאר די בני המשפחה און פארן געברויך פונעם רבינ'ס סדר טיש אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים כ"י.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז"ל און הר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה אלי' ברנ"ש עסטרייכער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"צ גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יעקב שטויבער הי"ו און הרה"ח ר' דוד יצחק קליין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שלום בר"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י שעהר הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים דרעזדנער הי"ו און הרה"ח ר' בערל הירש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, פאר מעריב האט דער געצינדן לעכט און דאן צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצ' ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
