בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגח' ניסן תשפ"ו3/26/2026

באריכט
דאנערשטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה נטע פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר אלעזר אלימלך פארגעס הי"ו.
- ב"ר דוד ביקעל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהל: דער זיידע הגה"צ רבי הערשל שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רבינו שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'ארי' לייבוש' נאכן זיידן הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל רב דביהמ"ד וקרית ויואל משה.
נאכן ברית איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת הברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ רבי הערשל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן דער מוהל הגה"צ רבי הערשל שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ חברי וועד להוצאת ספרי רבינו וועלכע האבן אריבערגעברענגט די נייע ספר לב אהרן -דרושים אויף יו"ט פסח וועלכע איז היינט ארויס פון דרוק, דער רבי האט עס אויפגענומען מיט א שטארקע שמחה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי וועד להוצאת ספרי רבינו.

ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין זאב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל גראד הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️