בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ג ניסן תשפ"ו3/31/2026

באריכט
דינסטאג שמיני א' - יום בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' משה יודא ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אייזיק ליפא פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יודא טייטלבוים הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור און די בעלי ברית בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעוררות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח, און ארויסגעברענגט אז ביי וואסער זעט מען די טבע אז עס קומט צוריק ארויף צו די זעלבע הייעך פון ווי עס איז געקומען, און דאס לערנט מען זיך אפ פון די וואסער אז אויב מען איז עושה מעשה אבותינו און מען איז מקושר צו די פריערדיגע דורות קען מען אויך זיך הייבן מעלה מעלה, און דאס איז די שמחה ביי מים שלנו, און ממשיך געווען בקול רגש ובכי איבער די געוואלדיגע הרגשים און זכי' וואס מען האט צו קענען מקיים זיין אלע מצות החג, ובפרט מצות אכילת מצה וואס ברענגט אראפ אזויפיל השפעות ברוחניות ובגשמיות, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות וניגוני הכנה, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן וואס פליסט פונעם קוואל אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין באש שלהבת קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:30.

תיכף נאכן מעמד האט מען געדאווענט מעריב בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר הק' ייטב לב פאר די בחורים וואס האבן ארויסגעהאלפן במשך די לעצטערע וואכן צו צורישן די סדר נאכט בבית רבינו פאר די הונדערטער חתנים תלמידי המתיבתא וועלכע גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע סדר טיש בצל הקודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 444