בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday9 Cheshvan 578110/27/2020

Report
וואס גייט יעצט פאר אין אוהעל?

שטייענדיג קנאפע צוויי אהאלב יאר נאכדעם וואס אחינו הטועים כת הגזלנים וועלעכע זענען מוחזק צו גנבנען נכסי ציבור זענען דורכגעפאלן מיט א מיסע מפלה נאכן פראובירן צו גנבנען די בית החיים און איהעל מיטן אוהל הק' פון רבינו משה איש אלוקים ראש הששילתא קדישא מרן הישמח משה זי"ע און דאס געמאלדן אן קיין טראפ בושה אינעם טמאנע צייטונג "דער איד" און ווייניגער ווי אפאר טעג -בעצם יומא דהילולא פון רבינו הק' הייטב לב זי"ע מ"מ פונעם איש אלוקים הישמח משה זי"ע איז דאס צוריקגעוויזן געווארן דורך די ארטיגע באאמטע "בזכותו של אותו זקן" און איז צוריק געקומען צו די אמתע בעלים ממשיכי דרכו הקדוש.
און אנשטאט זיי זאלן זיך איינפאקן פאר בושה אויף די נידריגע מעשים גייען זיי ווייטער אן! און יא נעכטן נאכט זענען די כת הגזלנים אנגעקומען מיט געדינגענע שחורים און דורכגעפירט א נידריגע מעשי גזילה און אויפגעבראכן די שלעסער און מזיק געווען חפצי קודש און געמאלדן אן קיין טראפ בושה אז ב"ה סאיז געלונגען! יא די מעשי גניבה איז געלונגען!
"מיטן ציעל אז זייערע תמימותדיגע קעלבעלעך וועלן דאס אפקויפן אז מען איבערגענימען די ביה"ח"
די עסקני חברי קדישה דקהלתינו הק' זענען מסדר על צד היותר טוב אז די גזלנים זאלן באצאלן אלע שאדען, און אז דאס זאל זיך מער נישט איבערשפילן,