זונטאג תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא בר"י קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הדברי חיים מצאנז זיע''א .
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- ב"ר יחזקאל קרויס הי"ו.
- ב"ר מיכל וויינגארטן הי"ו.
- ב"ר משה חיים ווידער הי"ו.
- ב"ר משה דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים רבתי בהיכלי הפאליש לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש א לענגערע צייט.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון ר' שלום יואל פריעד הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן לתאומים הנולדים לו למז"ט ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאך די ברית'ן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. און הרה"ח ר' משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו האט געמאכט די מי שברך כנהוג.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פאר מנחה געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זיע''א.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 2:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' מרדכי אייזען שליט"א אדמו"ר מליזענסק ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די לעצטערע שבתים און מעמדים וואס האדמו"ר מליזענסק שליט''א האט געפראוועט בתוככי ישיבות קטנות אין קר"י און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א און הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א מוצאי לאור פון ספרי 'ומשה היה רועה' ו"ח לרגל דאס איבערדרוקן די ספרים לכבוד די צוואנציגסטע הילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די פרישע צוגעלייגטע קאפיטלעך אינעם ספר און פארציילט פרישע זכרונות פונעם מר אביו רביה"ק זיע''א, און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה, און מאציל געווען מברכת קדשו און פארטיילט מטבעות פאר די עסקני החבורה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדהל"ק פון מר אביו רביה"ק זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
