שב''ק פרשת תזו''מ - ב' דר''ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, אין א שטילע געגנט אין קר"י המורחבת
ערש"ק נאכמיטאג ארום 3:00 האט רבינו שליט''א געמאכט ברכת אילנות אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע''י בית האכסניא מעוטף בטליתו, וואו עס האבן מיטגעדאווענט במשך דעם שבת אן ענגע ציבור מתושבי השכונה און געציילטע מקורבים ונכבדי אנ"ש, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברא''ש וויינבערגער הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 9:35, און די מתפללים זענען אדורך זאגן גוט שבת.
רבינו שליט''א האט געפראוועט דעם שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא. ארום 11:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'ה, קרית יואל.
- מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' שמעון דייטש שליט''א רב דביהמ''ד שערי חיים בשכונת חכם צבי קר''י.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני ימול בשר ערלתו' לא נתקררה דעתו של איוב עד שהגיע לפרשת אשה כי תזריע און געטייטשט מיט א לענגערן דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
- קה אכסוף: הר"ר לוי יצחק בארזסקי שליט"א מנה"ר במתיבתא הק' סניף ויואל משה.
- ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון הרה''ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב''ק א' אייר.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
וביום השבת קודש
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 9:50
- פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ).
- שחרית: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. פאר הלל האט דער רבי אים פארבעטן ממשיך צו זיין באמירת הלל.
- הוצאה והכנסה: ר' משה שטיין הי"ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'ה.
עליות.
- כהן: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א.
- לוי: הרה''ח ר' שמעון בר''א לעווי הי''ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי''ו.
- רביעי: הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו (וומסב''ג).
- חמישי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו (וומסב"ג).
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הרה"ח ר' יודא היימאן הי"ו (וומסב"ג).
- הוספה: הרה''ח ר' משה מוטצען הי''ו (וומסב''ג).
- אחרון: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.
- מפטיר - קריאת ר''ח: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- הגבה: הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.
- גלילה: ר' יואל ברא"ש וויינבערגער הי''ו.
- מוסף: הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: ר' ישעי' יצחק וויינבערגער הי''ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:15
- מנחה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח יואל בערנאטה הי''ו.
- בעל קורא: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו.
- כהן: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
- לוי: הרה''ח ר' יואל ברמ''ב לאנדא הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם סופר הי''ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת: הרה"ח ר' חיים שלמה זינגער הי''ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תהיה תורת המצורע ביום טהרתו' און געטייטשט אז דער כח התורה מגין צו זיין ברוחניות ובגשמיות קען נאר זיין מיט ריינע מחשבות און נאר אזוי ווערט מען ניצל פון אלע שלעכטס און די כח התורה איז מגינא ומצלא.
- ידיד נפש: הרה''ח ר' אברהם סופר הי''ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי''ו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו, דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 10:10.
הבדלה האט רבינו שליט''א געמאכט אויף א פריוואטן פארנעם בבית האכסניא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
