בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךה' אייר תשפ"ו4/22/2026

באריכט
מיטוואך אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ו'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל בנו ר' אהרן פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברא"י ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ל פריעדמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם משה פערל הי"ו און הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' מאיר לייפער שליט"א אדמו"ר מדינוב ביתר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️