בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגז' אייר תשפ"ו4/24/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי ארום 8:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם ברז"ל שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברש"א שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם ברמ"מ ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️