בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי' אייר תשפ"ו4/27/2026

באריכט
מאנטאג אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל כייעם הי"ו.
- ב"ר יצחק חננאל טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 5:25 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל צום דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,300 תלמידי הישיבה, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה, און דערנאך אריבער צו הדרכה אוןמוסר לקראת זמן החדש, מ'זאל זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה, מעורר געווען איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה און די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און דערמאנט די תקנות הישיבה נישט צו דרייוון, נישט צו גיין צו חתונות, און נישט פארמאגן א אייגענעם סעלפאון, און געענדיגט מיט חיזוק בעניני השקפה, און אויף אויסצוניצן די ימי הבחרות, איבער די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רבותיה"ק זיע''א און מסיים געווען מיט דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 6:15.
נאך די דרשה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 6:40.

ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צום סיום דורך מתמידים אהבת התורה שע"י תלמידי כתה ח' פון אלע סניפי מוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל המתמידים הר"ר ישראל זאב האלפערט שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און פאר אלע קינדער און משמיע געווען דב"ק און געזאגט אז מען ליינט די וואך די פרשה פון אלע מועדים, ווען מען מאכט א סיום מסכת איז אויך א יו"ט, 'עבידנא יומא טבא דרבנן' און דאס איז מען מתפלל 'יגיענו למועדים ולרגלים אחרים' אז מען זאל מסיים זיין נאך מסכתות און עס זאל זיין נאך מועדים, און מסיים געווען מיט ברכת קדשו.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 8:25.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:50 איז דער רבי צאריבער לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ווי עס איז פארגעקומען א 'אסיפת שרי האלפים' פאר די אריבער הונדערט עסקנים וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצוטרייבן יערליכע גרעסערע סכומים לטובת מוסדות יטב לב צווישן אנ''ש תושבי קר"י.
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די סדר הקאמפיין, און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו מגדולי העסקנים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י, עסקנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון מוסדות יטב לב ביי רבותיה"ק זיע''א און רצון קדשו אז די מוסד זאל זיך אוועקשטעלן אויף א פעסטע יסוד זאגענדיג אז מען האלט מיט די לעצטערע יארן בעפאר די ימים טובים ווי מען דארף צוזאמשטעלן די לעכער וואס בלייבן איבער און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ארבעט בלו"נ דאס צו שאפן, דער רבי האט אויסגעפירט אז מען ליינט אין די יעצטיגע פרשה די פרשה פון די מועדים דאס קומט זאגן אז מען שטייט יעצט ביי די ימים טובים און מען דארף אוועקשטעלן א פעסטע יסוד אז די מוסד זאל זיך קענען דעקן חודשליך און מען זאל נישט דארפן קומען מיט אן אלארעם בעפאר די ימים טובים, דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי חיזוק פאר די עסקנים וועלכע גרייטן זיך צו א גרויסע קאמפיין צו שאפן קביעותדיגע גרעסערע נדבות פון אנשי שלומינו און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האבן אלע עסקנים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטר התחייבות און דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער, ארום 10:15 האט דער רבי פארלאזט די אסיפה און איז צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר יואל פאסטערנאק שליט"א און הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א.
- הרה"ח ר' נחום קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל פייערווערקער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מטאלנא בית שמש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי דודל מטאלנא ז"ל וואס די יארצייט איז געפאלן נעכטן מאנטאג י' אייר, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי חיים מאיר קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די באזוך פון חותנו הרה"צ רבי מאיר בראנדסדארפער ז"ל אינעם בית השחיטה אין קרית יואל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה''ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 373