דאנערשטאג אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה לאזאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון פסח שני, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן סוגיות און הגה"צ מאקאווער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברמ"ב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
