בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ' אייר תשפ"ו5/7/2026

באריכט
דינסטאג בה"ב - ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יודל אקער הי"ו.
- ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.
- ב"ר יצחק טאמבור הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לכבוד היום אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א - ממציוני תלמידי הישיבה, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.

די זמירות היום האט דער רבי מכבד געווען.
- בר יוחאי און ואמרתם: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'.
- אמר רבי עקיבא: הבה"ח יחזקאל ב"ר אליעזר דוב ענגעל הי"ו (ירושלים).

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי דרוש לכבוד היום, און ארויסגעברענגט די הרגשים פון די דערהויבענע מעמד הדלקה ווי טויזענטער אידן האבן זיך מיטגעפרייט מיט אזא ברען און שמחה למעלה מדרך הטבע, דאס איז נאר מיט די כח פון התנא רבי שמעון וואס איז משפיע א קדושה אין יעדעמ'ס הארץ, 'אשרינו מה טוב חלקינו', און ממשיך געווען בדברי שמחה לכבוד די שמחת קישור החיתון און נאכגעזאגט אז וירא אלקים את האור כי טוב איז בגי' 'רבי שמעון בר יוחאי', טוב מיינט מען א שידוך מצה אשה מצה טוב, און דאס איז די קשר פון ל"ג בעומר צו א שידוך, און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים פאר אלע בחורים.
דער רבי האט דערמאנט דעם געהויבענע שב"ק באתרא קדישא מירון פארגאנגענעם שבת תולדות וואס איז געווען א געהויבענע שבת מיט געהויבענע אידן און ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט, און געזאגט וואס מען האט דעמאלטס מעורר געווען אלע אנ''ש נזהר צו זיין באמירת קטורת סיי ביי שחרית און סיי ביי מנחה וואס די מקור פון דעם איז אין זוה"ק ווי רבי שמעון זאגט אז די קטורת איז משפיע כל טוב און איז פון די חשוב'סטע זאכן ביים רבש"ע, דער רבי האט פארגעלערנט פאר די בחורים די זוה"ק פון אינעווייניג כלשונו הק' און מעורר געווען די בחורים זיך צו מקבל זיין נזהר צו זיין באמירת קטורת און געזאגט אז דאס איז א סגולה פון רבי שמעון אליין און דאס איז זיכער א סגולה וואס העלפט, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דער חתן האט געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און אין א רינג מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

ארום 6:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:20 לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול, ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול קומת מאיר זעליג, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאך מנחה ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור לכבוד היום במעמד אלפי אנ''ש אינאיינעם מיט די שמחת התנאים פון נכד רבינו החתן פרע"ח הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט"א בן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים שליט"א און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה.
מען האט פארקויפט די זכות הנרות לכבוד רשב"י און עס זענען מכובד געווארן מיטן אנצינדן די לעכט הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו,

ארום 9:00 איז פארגעקומען די קריאת התנאים.
מען האט געמאכט קבלת קנין.
- עדי תנאים: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.
- ערב קבלן: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו.
- קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.

דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט ממשיך געווען מיט די סעודה און נאך די פלייש האט מען געזינגען די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי דרוש לכבוד די שמחת התנאים און משלב געווען שמחת חתן וכלה צו רשב"י און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס הרבנים שליט"א, און דערנאך ממשיך געווען מיט אגדה ודרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז אויב א איד טוט ח"ו א עבירה קומען די חיצונים און כאפן אוועק אלע זיינע מצות, אבער אויב מען טוט מצות מיט א חביבות דעמאלטס קענען עס די חיצונים נישט אוועקכאפן, און דאס איז אלעס בשיטת רבי שמעון וואס האלט אז א דבר שאין מתכוין איז מותר וויבאלד מען גייט בתר מחשבה, אזוי אויך ווען א מענטש ארבעט מיטן ציל צו האבן געלט צו קענען מקיים זיין מצות מיט די געלט דעמאלטס ווייזט די ארבעט אויף חביבות המצוה און עס איז חשוב ביים רבש"ע.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט פייערדיגע חיזוק ווערטער רבי שמעון ברענגט אריין א קדושה אין א יעדע איד אז מען זאל האבן כח זיך צו שלאגן מיט די טומאה און די נסיונות אויף די גאסן, סיי אין די גויאישע גאסן און סיי אין די אידישע גאסן, די מחנה מגושמים וכו', מען זאל זיך נישט אויפפירן ווי זיי, נישט זיך אפלערנען פון זיי, נישט זייער התנהגות, זייערע ניגונים, מלבושים, וכו', דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבער די ניגונים און טענץ וואס מען זינגט און מען טאנצט ביי אסאך היימישע חתונות וואס פארעקלט יעדע ערליכע איד, און געזאגט אז עס איז א חרפה און א בושה אז דאס שפילט זיך אפ ביי חסידישע חתונות, שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו.
דער רבי האט דערמאנט לשבח פון די עסקנים פון קהלתינו הק' אין וומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט א אויפוואכונג בעניני צניעות ביי די נשים צדקניות מיט דרשות און אסיפות, סיי בנוגע שערות אשה, סיי ביי די מלבושי נשים, און אזוי אויך בנוגע די מלבושים ביי די אינגלעך צו מאכן מלבושים פון רעכטס אויף לינקס אזוי ווי הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט אויפדערנאכט י"ט אייר האט שטארק מעורר געווען.
דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז מיט צוואנציג יאר צוריק ל"ג בעומר תשס"ו האט מען אויף דעם פלאץ פון בית מדרשינו הגדול מייסד געווען 'חבורת יסודי התורה', ברוך השם מען שטייט היינט צוואנציג יאר שפעטער און עס איז נתרבה געווארן אסאך לומדי תורה' סיי אין קהלתינו הק' און איבער די גאנצע וועלט, מען לערנט דף נאך דף, פרק נאך פרק, און מסכת נאך מסכת, מען חזר'ט און מען שטעלט זיך צום פארהער, ועתה היית לשני מחנות און קהלתינו הק' פארמאגט ב"ה צוויי חבורות און רוב אנ"ש זענען אנגעשלאסן אין איינע פון די חבורות, און געזאגט דברי הכנה צו יו"ט שבועות הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען ספר הק' בני יששכר אלץ הכנה צו קבלת התורה.
דער רבי האט דערמאנט די מוסדות יטב לב וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען תיכף נאכן קריג און דאס האט אויפגעפלאמט שפעטער אלע מוסדות פון קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און געזאגט אז דאס דארף זיין ראש וראשון ביי יעדעם מאנ"ש און עס שטיצן ברוח נדיבה, וויל דאס איז די טאטע פון אלע אונזערע מוסדות! און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני ל"ג בעומר און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל תהילות יוסף, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' שלום פעקעטע ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פראנצאז היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' דוד פראנצאז ע"ה.
דערנאך ארום 11:45 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 483
אין טעלעגראם