דאנערשטאג בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמעי' שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אהרן ב"ר יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אראפ אויפן אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די היכל התורה וועלכע זענען באנייט געווארן אין די לעצטערע חדשים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר יעקב אלי' טורנהיים שליט"א.
- ב"ר דוד צבי שלמה לוסטיגמאן הי"ו.
- ב"ר יואל מרדכי שעהר הי"ו.
- ב"ר יואל שפילמאן הי"ו.
ב"ר אליעזר יודא מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק בעניני מקואות אין וואס די תלמידי הישיבה זענען יעצט עוסק, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' משה הי"ו אינאיינעם מיט זיינע שוואגערס האחים החשובים הרה"ח ר' דוד הי"ו, ר' זושא הי"ו, ר' אלי' הי"ו, ר' ליפא ניישטאדט הי"ו האבן אפגעקויפט די זכות שם הבנין פונעם בנין התלמוד תורה פון מוסדותינו הק' אין מאנטרעאל לע"נ אביהם /חמיו הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה - מחשובי תושבי מאנטרעאל רבות בשנים, וע"ש יקרא 'בנין ניישטאדט'.
עס זענען אנוועזנד געווען די נדבנים משפחת ניישטאדט החשובה און ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' פון מאנטרעאל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון קהלתינו הק' אין מאנטרעאל פאר פופציג יאר צוריק, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו מראה"ק והמוסדות, וועלכע האט פארגעשטעלט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק', און דערביי האט הרה"ח ר' אברהם מאיר הי"ו איינגעלאדענט בשם הנהלת קהלתינו הק' ובשם אלע חברי קהלתינו הק' אז רבינו שליט"א זאל קומען באשיינען די מעמד חנוכת הבית פונעם בנין הת"ת אינאיינעם מיט די חשובע נדבנים צו מחזק זיין קהלתינו ומוסדותינו הק'.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט אלע שוואגערס הנדבנים שיחי', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע נדבנים און פאר הנהלת מוסדותינו הק' ברכות לרוב, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מנדב זיין געלט פאר לימוד התורה פון תשב"ר און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטרעאל און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:15 און אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עזרת נשים ברכות לרוב.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ב"ר שמעון פריעדמאן הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
