בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ' ניסן תשפ"א4/2/2021

באריכט
ראשית גז צאנך תתן לו

באריכט פונעם געהויבענעם מעמד מסירת ראשית הגז ע"י כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ב' דחוה"מ בביהמ"ד הגדול קרית יואל במעמד אלפי ישראל.

ארום 3:30 האט די יו"ר המעמד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים מדייני קהילתינו הק', געעפענט די מעמד בטוב לשונו בבירור עניני ראשית הגז, די ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה מיט הויך-שטאקיגע פארענטשעס מיט זקנים עם נערים וואס זענען געקומען זיך באטייליגן אינעם שמחה של מצוה ברוב עם הדרת מלך, ארום 4:20 האט מען מקבל געווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און מען האט אויסגעבראכן און פייערדיגע ריקודין 'אשר בחר בנו מכל העמים' און מען קען מקיים זיין מצוות ה' ברוב עם, דערנאך האט הגאון הגדול מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א משמיע געווען דעם דבר ה' זו הלכה, דערנאך האבן די בעלי מנגנים פארגעזינגן דברי חריזון, די רבי האט משמיע געווען דב"ק און אנגעהויבן מיט דברי שבח פאר השי"ת אז מען קען זיך צוזאמקומען אין ביהמ"ד "..ספארגעסט זיך נישט וואס איז געווען די מצב פון כלל ישראל היינט א יאר צוריק און ב"ה אז היי יאר קען מען זיך צוזאמקומען און אפרעכטן די יו"ט ..איך וויל געבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער 'ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה' אז מען קען זיך צוזאמקומען.." און דערנאך משמיע געווען לענגערע דב"ק, בטוב טעם ודעת מסביר געווען די הלכות פון ראשית הגז אלע מיני קנינים אא"וו, לויט אלע שיטות פון די גמרא ראשונים ואחרונים, נאך די לענגערע דב"ק האט די רבי אפגעדינגן די מקום פונעם בימה פונעם ראה"ק הרה"ח ר' דוד עקשטיין צו קענען קונה זיין בקנין חצר, און געדינגן פועלים, און געקויפט די כבשים פונעם מוכר, און געמאכט קנין סידור, און דערנאך אראפ צום בימה און געמאכט די קנינים פון משיכה /חצר /הגבהה /ומסירה -מיט די הילף פון די פועלים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אלעס ארום די מצוה פון ראשית הגז וגודל מצותה, און בתוך דבריו מקבל געווען בברכת 'ברוך הבא בשם ה' דעם כהן הגה"צ רבי בנציון הכהן שטראססער שליט"א אבדק"ק נייטרא בארא פארק "..וואס איז פון די חשובסטע רבנים אין בארא פארק" און דערמאנט אז דעי כהן איז געקומען יו"ט פסח "..אבער סאיז שוין דא א קשר מיט דעם כהן צו יו"ט פסח אסאך יארן, ער איז געווען פון די ערשטע רבנים וואס האבן פארשטאנען אז די ווייץ איז א פראבלעם און ער איז מיטגעקומען קיין אריזאנע שניידן ווייץ שוין אסאך יארן צוריק.." און דערנאך געווינטשן ברכות לרוב פארן כהן, און ממשיך געווען דב"ק בהלכות נתינות מתנות כהונה און איבער מאכן א ברכת שהחיינו, נאך די 2'טע דב"ק האט די רבי א לענגערע צייט פון איבער א האלבע שעה געשניטן די וואל פון די כבשים 'מצוה בו יותר מבשליחו' אליין אן קיין שליח מיט א ברען און א קאך פארן מצוה, בשעת די מנגנים האבן געזינגען נגוני התעוררות ושמחה בקיום המצוות, ביים ענדיגן האט זיך די רבי ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודין פאר עטליכע מינוטין דערנאך האט די רבי נאכאמאל משמיע געווען דברות קודש איבער די ענין המצוה ובדברי דרוש ופלפול בקשר מצות ראשית הגז לחג הפסח און איבער גודל השפעתה, און געזאגט אז סאיז נישט נאר משפיע פאר ווער עס איז עס מקיים נאר הנטפל לעושי מצוה הרי הוא כעושה מצוה און עס איז משפיע פאר אלע נטפלי המצוה, און געווינטשן לענגערע ברכות הקודש, די רבי איז ארויס און צוריק אריינגעקומען מלובש בבגד חדש, און געזאגט ברשפי אש קודש די לשם יוחד און געמאכט די ברכה להפריש מתנות ובקול חוצב לאהבות אש די ברכת שהחיינו בשם המלכות, און איבערגעגעבן פארן כהן די ראשית הגז, און אויסגעבראכן און א געהויבענע פייערדיגע ריקוד 'אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו' אז מען האט זוכה געווען מקיים צו זיין א מצוות עשה דאורייתא, דערנאך האט די כהן המיוחס הגה"צ אבדק"ק נייטרא ב"פ אויפגעטרעטן און בתוך דבריו ארויסגעברענגט די זכיה פון אנ"ש פון האבן אזא רבי "א ראש ישיבה פון תורה תורה תורה" וואס האט די "כתר תורה, כתר מלכות, וכתר שם טוב" און דערנאך געבענטשט די ציבור לאלפים מיט 'ברכות כוהנים'.
דערנאך האט די יו"ר אויסגערופן 'הגיע זמן מנחה' ומפני קוצר הזמן איז נישט פארגעקומען די מעמד הפייתות פון די גורלות אויף די מתנות כהונה, נאר די רבי האט פארטיילט די מתנות כהונה די זרוע פאר הרה"ג ר' יוסף שטראססער זון פונעם נייטרא ב"פ רב, לחיים פאר הרה"ג ר' בערל הכהן גלאנץ שליט"א, קיבה פאר נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א, און זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט בשמחה של מצוה און א פייערדיגע ריקוד 'האטס געפועלט אלעס גוטס'.

"די מחזה נורא וואס אלפי אנ"ש האבן מיטגעהאלטן, די שמחה של מצוה, די ברען און קאך צו א מצוה, ווי אזוי א מנהיג ישראל גייט צו צו א מצוה, איז נישט שייך צו באשרייבן פאר ווער עס האט עס נישט געזען,

ועל ידי זה ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 895