מיטוואך במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר שמואל יעקב טעללער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה יודא שטיינמעטץ הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אריינצושרייבן א אות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו און הרה"ח ר' ליפא קליין הי"ו.
עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און ער איבערגעגעבן א גריס פאר רבינו שליט"א פון ישיבה גדולה שיעור ד' נאכן באזוכן דארט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
