ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו"ט האט דער רבי געמאכט דעם עירוב תבשילין און מזכה געווען דעם פת דורך הב' המשב"ק פאר אלע תושבי העיר, און דערנאך אנגעצינדן א יזכור לעכט.
פארנאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה מיט גרויס התעוררות. מערבית: הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א (מאנסי).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און ברכת השלום גאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט דער רבי עוסק געווען בתיקון הלילה ביז צום טיש, און געזאגט דעם תיקון ליל שבועות חלקי התורה.
ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכלי ביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני יו''ט נגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- פיוט מערבית: הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט''א רב דביהמ''ד טאלטשאווא קר''י.
- אהבה רבה: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר''י.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"ע' און געטייטשט אז ווען אידן זענען ארויס פון מצרים איז פון זיי ארויסגענומען געווארן די טומאת מצרים און אזוי האט מען געקענט מקבל זיין די תורה און שפירן א עריבות ומתיקות לימוד התורה, יעדעס יאר בשעת קבלת התורה ווערט מען נזדכך מען זאל קענען טועם זיין די מתיקות התורה.
ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
יום ראשון של שבועות
ארום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און עס איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אלי' ב"ר יודל שטיינמעטץ הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף צד מזרח און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
- ברכות: האדמו"ר מסטאניסלוב לאנדאן שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הגה''צ דומ''ץ דקהלתינו ירושלים שליט''א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל, ביי אהבה רבה האט מען געזינגען דעם ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א מיט גרויס התעוררות ובבכיות.
- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' ב"פ, און הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים קר"י.
- פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
דער רבי איז ארויף אויף די בימה מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש ברגש קודש ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.
עליות.
- לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- רביעי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- חמישי: רבינו שליט"א.
נאכ'ן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה ישעי' ברא"ש פוקס הי"ו.
- ר' בעריש ברא"מ ווערטהיימער הי"ו.
- ר' יעקב ברש"ז ווייס הי"ו.
- ר' שמואל ברח"י גוטמאן הי"ו.
- ר' ירוחם ברא"י יאקאב הי"ו.
- ר' אברהם בר"י וויינגארטן הי"ו.
- ר' מנחם ברפ"מ קליין הי"ו.
- ר' בערל בר"י האלפערט הי"ו.
- ר' יוסף הערש ברש"י מערץ הי"ו (וומסב''ג).
- ר' יוסף בנציון העללער הי"ו (וומסב''ג).
- ר' מנחם בר"ב גליק הי"ו (וומסב''ג).
- ר' יואל ב"ר יצחק ברא"ש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו (ב"פ).
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי).
- מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).
- הגבה: הרה"ח ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו (מאנסי).
- מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו (וומסב''ג)
מען האט געענדיגט ארום 3:20, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און פון די טייג פון די מילכיגע קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און דער רבי האט משמיע געווען דעם 'קרעפל פשעטל' בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה ועשה.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו. מען האט געענדיגט ארום 4:00.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הב' לייבוש בן הרה''ג ר' אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די רש"י 'בלשון הזה וכסדר הזה' און געטייטשט אז יעדע מצוה און עבירה פון א איד ווערט איבערגעשריבן אויפן מקום המקדש, און בשעת מתן תורה האט עס כלל ישראל געזען מיט די אייגענע אויגן.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שב"ק.
דער רבי האט אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
- החתן מענדל גרשון ב"ר יואל בר"א סימאן הי"ו.
- החתן משה בן הר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
- בעל תפילה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהלתינו וומסב''ג.
- קבלת שבת ומערבית: הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת גוט יו''ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו.
- אשת חיל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- כל מקדש: האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרב ר' אליעזר גאלדמאן שליט"א מזוועהיל ירושלים.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
- קה אכסוף: הרה"ג ר' מאיר מרגליות שליט"א (מאנסי).
- ברכת המזון: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי:
- ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו.
- ר' יואל כאירה הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו (בית שמש).
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
