בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי' סיון תשפ"ו5/26/2026

באריכט
דינסטאג נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה סיגוט קר"י, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
- ב"ר יוסף חיים גרובער הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ד מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר אברהם לייב ליכטמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ירושלים שליט"א אינאיינעם מיט עטליכע חברי וועד קרן הבנין פונעם בנין הגדול והמפואר תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותי' בעיה"ק ירושלים ת"ו מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל די יציקת הבורות פונעם פראכטפולע מקוה וועלכע וועט פארקומען אין די קומענדיגע וואכן בעז"ה, דערביי האבן דער דיין שליט"א מיט די חברי הוועד פארגעשטעלט פאר רבי'ן די מאסיווע פארשריט פון די בוי ארבעט ווי מען האט שוין געגאסן דעם פערטן שטאק פונעם בנין הגדול, דער רבי האט משיב געווען עטליכע שאלות וואס דער דיין שליט"א האט געפרעגט בנוגע די מקוה און געגעבן הוראות קדשו בהלכה, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן דיין שליט"א און פאר די חברי הוועד.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' ישכר דוב טויב שליט"א אב"ד קאלוב וומסב''ג, בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין שיכון סקווירא, עב"ג הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 487