בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ' סיון תשפ"ו6/5/2026

באריכט
דינסטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף דוד יששכר פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון ברש"ז ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יוסף גרין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:00 איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בתו למז"ט, עב"ג החתן נכד דודו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני ארגון 'רינועל' אינאיינעם מיט עטליכע גרויסע דאקטורים פון קאלמביע שפיטאל, הרה"ח ר' מענדל ריינער הי"ו יו"ר רינועל האט פארגעשטעלט די פעולות לטובה, דערביי האבן די דאקטוירים ארויסגעברענגט זייער התפעלות פון כלל ישראל ווי אזויפיל טויזענטער אידן זענען גרייט אוועקצוגעבן זייער ניר פאר מענטשן וואס זיי קענען נישט, נאר כדי צו ראטעווען א נפש אחת מישראל, מען האט אויסגעשמועסט עטליכע שאלות וועלכע זענען עומד על הפרק, אויף וואס דער רבי האט אנגעגעבן הוראת קדשו און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' דקהלתינו הק' ב"פ צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבנויה פונעם ביהמ"ד נאכן ערהאלטן אלע נויטיגע פערמיטן, מען האט פארגעשטעלט פאר רבינו שליט"א די ענדגילטיגע סקיצעס פונעם ביהמ"ד און די פלענער פון די בוי ארבעט.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון הכלה בת הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, עב"ג החתן בהר"ר אלעזר שטיינווארצל שליט"א,
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און פאר די חברי וועד קרן הבנין.

אויפן וועג אהיים נאך די זמני כניסה האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א היושבים ע"פ אחותו /אמו הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קריאת השמות ביי כתובה און גיטין און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין. דערנאך ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

*מיטוואך בהעלותך"

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'.

נאך תפילת שחרית ארום 12:15 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון 'מוסד אהובים' בהנהלת הרה"ח ר' משה שמואל פרענקל הי"ו.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה שמואל הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון א היכל הביהמ"ד בבנין הת"ת החדש וועלכע ווערט געבויעט אויף די געציל בערגער גאס אין קר"י, פארן פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות פונעם מוסד און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און ארויסגעברענגט לשבח פון מוסד אהובים וועלכע טוט אנצינדן די נרות און מאכט ליכטיג אידישע הייזער מיטן געבן די ריכטיגע הילף, און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן פאר זיין גרויסע נדבה פאר די מוסדות הק' און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו - חבר הנהלת המוסדות, דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן בנו הר"ר יואל פרענקל שליט"א (וומסב''ג). ביים ענדיגן איז דער רבי ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין און זיך אומגעקוקט אויף די נייע אפיסעס, מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און הויכראנגיגע באאמטער אינעם ווייסן הויז 'מארטין מארקס' נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט פארגעשטעלט זיינע פילע פעולות לטובת אחב"י למען הכלל והפרט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם פרעזידענט לטובת די רעליגיעזע געברויכן פון אלע בירגער, און צו די אידן בפרט, צווישן אנדערן האט מען ארומגערעדט איבער די פעולות פון רבינו שליט"א לטובת אחב"י הנתונים בצרה ובשביה ווי מען האט ב"ה אויפגעטוהן פארשידענע פעולות לטובה נאכן באזוכן אינעם אויטיסוויל טורמע און די נאכפאלגנדע באזוך פונעם ווארדען פונעם טורמע בקודש פנימה, מען האט אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען פארברייטערן די פעולות לטובה איבער גאנץ אמעריקע און נאך פארשידענע ענינים לטובת אחב"י, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 7:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה פון אן אור אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת הר"ר חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און פארן חתן, מחותנים, און פאר די חשוב'ע זיידעס כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א און כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק, אויך האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א.
ארום 7:55 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

ביים אנקומען לביתו נאוה קודש ארום 8:30 איז דער רבי אריין אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען פילע בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די גבאים א סעט חידושי תורה מהר"י ט"ב - מסיבות, און פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - מסכת אבות.

דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די נייע תנאים זאלן וועלכע זענען נארוואס פארענדיגט געווארן און איז געווידמעט ספעציעל פאר מחותנים וועלכע מאכן תנאים אין די 24 שעה פון די שידוך, און איז באנייט געווארן צום ערשטן מאל.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' אלכסנדר לאנדא שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד ליזענסק, און הרה"ח ר' ישראל שוארטץ הי"ו.
- הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו.
- הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
👁 467
אין טעלעגראם