בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ג סיון תשפ"ו6/8/2026

באריכט
ויהי בימי קציר חטים

אין די יעצטיגע מינוטן אום 12 מיטאג (ארטיגע זייגער) כצאת השמש בגבורתו, הייבט'זיך אהן דער יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פעלדער אין יומע, אריזאונע - מקום שאין גשמים מצויים שם בימות הקיץ - לטובת רבבות אנשי קהלתינו הק', פאר די מצות מצוה אינעם קומענדיגן סעזאן פון חג הפסח שנת תשפ"ז הבעל"ט.

הג"ר יצחק יעקב כייעם שליט"א וואס איז נתמנה געווארן דורך רבינו שליט"א צו זיין דער ממונה ומפקח על משמרת החטים משעת זריעה אהנגעהויבן, פאר די בתי אופה דקהלתינו הק'. אינאיינעם מיט הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' וומסב"ג ויו"ר וועד הכשרות דקרית יואל, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, זענען אראפגעפארן בשלוחת הקודש מפקח צו זיין אויפן שטח און פערזענדליך באגלייטן דעם גאנצן סדר הקצירה ביז נאכן פארפאקן און אפשיקן קיין ניו יארק.
ואתם עמם די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

נאכן אויספרעגן די ספעציעלע שומרים וואס זענען נתמנה געווארן, איבערן קלימאט די לעצטערע וואכן אויפן פעלד, האט מען איבערגעקוקט דעם גיגאנטישן קאמביין מאשין, זיכער צו מאכן אז ס'איז זויבער און טריקן, און מ'האט פארקלעבט אלע פייפס וואס קומען ארויס פונעם מאטאר אויפן קאמביין מאשין, וואס קען טראפן אינעם פעלד בשעתן שניידן.

דערנאך האט מען בודק געווען טויזענטער ווייצלעך פונעם פעלד זיכער צו מאכן אז די ווייצלך זענען מהודרים מאוד בלי שום חשש מצומחות אדער מבוקעות.

דאן האט מען בשעטומ"צ אהנגעהויבן דעם שניט אויפן פעלד, ווען דער גיגאנטישער קאמביין מאשין ווערט געפירט דורך א איד, א' מאנ"ש פון קרית יואל, און בעז"ה וועט מען אין די קומענדיגע פאר טאג שניידן הונדערטער עיקער לאנד פון מהודר'דיגע ווייץ, שמירה משעת קצירה, לשם מצות מצוה.

כחצות היום איידער דער ווייץ שניט איז ארויס אין גאנג, האבן די חשובע רבנים שליט"א זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א קיין קרית יואל, און איבערגעגעבן א באריכט פון אלע פרטים אויפן פעלד, דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגן קורת רוח אז אלעס קלאפט ברוך ה' בתכלית הכשרות וההידור, און האט מאציל געווען ברכת קדשו אויף הצלחה יתירה בלי שום מכשול, ובסייעתא דשמיא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע